רוי:שלמה פאפנהיים

ווערסיע פון 16:30, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום")

 

שלמה פאפנהיים

הרב שלמה פאפנהיים (י"ד אייר ה'תרפ"ו - ד' אייר ה'תשע"ז28סטן אפריל 1926 - 30סטן אפריל 2017) איז געווען דער וויצע־יו"ר פון דער פירערשאפט פון דער עדה החרדית אין ירושלים און א ירושאלמער עסקן. גוטע מידות און אַ גוט האַרץ, ער האט אויפגעשטעלט די "בית לפליטות" היים פאר יתומות און די קימפעטארין היים אין טעלז סטאן.

ביאגראפיע

פאפנהיים איז געבוירן געווארן אין מינכן, דייטשלאנד צו זיינע עלטערן רב גבריאל חיים צבי, א זון פון וואלף פאפנהיים פון די גרינדער פון וועלט אגודת ישראל און חנה (גאלדשמידט). ער איז אויפגעוואקסן אין דער שטאט האלבערשטאט. אין יאר תרצ"ג ווען ער איז געווען אלט זיבן יאר האט זיין פאטער גענומען אים צו דער כנסיה גדולה פון אגודת ישראל. נאך קריסטאל נאכט איז ער אנטלאפן צוזאמען מיט א שוועסטער אויף א קינדערטראנספארט קיין לאנדאן, ענגלאנד. א יאר נאכהער איז ער ארויף קיין ארץ ישראל וואו זיינע עלטערן האבן זיך באזעצט, דארט האט ער געלערנט אין דער ישיבה תורה ויראה אין מאה שעריםירושלים און אויך אין דושינסקיא'ס ישיבה. אין יענע טעג איז ער געווארן נאנט צום הויף פון הרב אהרן ראטה, גרינדער פון דעם שומרי אמונים - תולדות אהרן חסידות, און אויך צו זיין איידעם הרב אברהם יצחק קאהן (וואס איז שפעטער געווארן דער ערשטער תולדות אהרן רבי. אויך איז ער געווען נאנט צו הרב וועלוול סאלאווייטשיק און צו די רבי'ס פון סקווירא און סאטמאר.

ער האט געהייראט בלומא טאכטער פון הרב יעקב אליעזר שטיין פון בורשא, וואס איז אומגעקומען אין דער חורבן אייראפע. נאך זיין חתונה האט ער געארבעט אין א ספרים געשעפט און אין דער זעלבער צייט האט ער געהאלפן אויפשטעלן די מוסדות פון דעם תולדות אהרן חסידות, און געווארן אן אנזיכטיגער עסקן אין דער עדה החרדית.

לויטן פארשלאג פון זיין רבי'ן פון תולדות אהרן, האט ער אויפגעשטעלט אין מאה שערים געגנט די יתומות היים "בית לפליטות". שפעטער האט ער אויפגעשטעלט צוזאמען מיט הרב יצחק ראזנפעלד די קימפעטארין היים אין טעלז סטאן. אויך איז געווען פון די גרינדער פון די חינוך אנשטאלטן  "בנות ירושלים" און "חינוך ירושלים" פאר די מיידלעך פונעם יישוב הישן.

מער ווי 60 יאר האט ער געדינט ווי א מיטגליד און דער וויצע־יו"ר פון דער פירערשאפט פון דער עדה החרדית, און אויך איז ער געווען פון די גרינדער פונעם וועד הכשרות פון דער עדה.

ער איז נפטר געווארן ד' אייר ה'תשע"ז ביי דער עלטער פון 91 און מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות אין ירושלים.

משפחה

זיינע קינדער זענען געווען:

  • די ווייב פון הרב מרדכי סימאן.
  • די ווייב פון הרב יעקב מענדל יוראוויטש, א דיין אינעם בית דין פון דער עדה החרדית.
  • די ווייב פון הרב יוסף צבי הלוי שישא, ראש ישיבת הרמ"א, דער מחבר פון בוך, זכרון מטמוניות.
  • די ווייב פון הרב דוד אליהו ווייס, א תולדות אהרן חסיד.
  • הרב יעקב אליעזר, ראש כולל שומרי החומות, דעם פאטער פונעם עסקן, שמואל חיים פאפנהיים פון בית שמש.
  • הרב אברהם, מנכ"ל ויו"ר נעטוואָרק תורה לעקציעס.
  • הרב גבריאל חיים צבי, יו"ר פונעם וועד הכשרות פון דער עדה החרדית.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!