רוי:דריידל

ווערסיע פון 22:35, 28 יולי 2018 דורך YI>פוילישער (removed Category:שפילעריי; added Category:שפילן using HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
א האלצענע דריידל

א דריידל (וועסט-יידיש: טרענדל) איז א טראדיציאנעל שפיל פון חנוכה וואס לויט דער יידישער טראדיציע האבן זיך די קינדער געשפילט אין די צייטן פון די יונים ווען זיי האבן נישט געלאזט לערנען תורה און מען האט געמוזט לערנען באהאלטענערהייט און ווען די יונים זענען געקומען האבן זיי זיך געמאכט ווי זיי שפילען דריידל.

א דריידל איז א קעסטל פון פיר זייטן אין עס ווערט שיף פון אונטען און עס האט אן אנכאפער פון אויבן און אויף די פיר זייטן שטיייען די פיר אותיות - נ - ג - ה - ש - די אפטייטש איז נישטס (גארנישט) - גוט (אדער גאנץ) - האלב - שלעכט (אדער שטעל). שפעטער האט מען אויך געזאגט אז דאס איז מרמז: נס גדול הי' שם דאס מיינט א גרויסער נס איז דארט געשען דאס גייט ארויף אויף דעם נס פון דער מנורה אין די צייטן פון די חשמונאים.

דאס שפיל גייט אז יעדער לייגט אריין געלט אין דער באנק און מען דרייט דאס דריידל פון אויבן און מען לאזט עס דרייען ביז עס פאלט אראפ אויף איינעם פון די אותיות אדער קען מען דאס אפשטעלן אינמיטן דרייען. און די פיר אותיות פרעזענטירן דאס שפיל. ביי נאך א גירסה נון מיינט נעם אז דו קענסט נעמן די גאנצע באנק, גימל מיינט געב אז דו דארפסט אריישטעלן אין באנק, היי מיינט האלב אז דו קענסט נעמן א האלבע באנק, שין מיינט שטעלן אז יעדער מוז אריינשטעלן אין דער באנק איז דו קענסט איבערגיין מיטן דריידל ביז דריי מאל.

דער מנהג צו שפילן דריידל אין חנוכה ווערט געברענגט אין ספרים, אויך די חסידישע רבי'ס האבן געשפילט דערין, עס ווערט דערמאנט אין ספר בני יששכר , און אין ספר שיחות הר"ן סימן מ'.

וועבלינקען