רוי:רבי אליעזר סילווער

ווערסיע פון 16:05, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום")
רבי אליעזר סילווער
געבורט כ"ו שבט ה'תרמ"ב (יארגאנג: 142)

הרב אליעזר סילווער (כ"ו שבט ה'תרמ"ב - ט' שבט ה'תשכ"ח[1]) איז געווען פרעזידענט פונעם אגודת הרבנים פון די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע און פון די וויכטיגסטע פירער פון אמעריקאנער אידנטום. ער האט עוסק געווען ראטעווען טויזנטער בייםצווייטן וועלט קריג און געהאלטן רבנות שטעלעס אין ניו יארק, פענסילוועניע, מאסאטשוסעטס און אהאיא.

ביאגראפיע

ר' אליעזר איז געבוירן אין אבעל, קאוונער גובערניע, ליטע, א זון פון הרב בונם צמח סילווער [2] (תר"ד-תרע"ז) און זיין ווייב מלכה.

ער האט געלערנט אין דינאבורג, מיט הרב יוסף ראזין (דער "ראגאטשאווער") און באקומען היתר הוראה פון הרב חיים עוזר גראדזענסקי אין תרס"ו.

ער האט מחבר געווען דאס ספר ענפי ארז[2].

ער איז געווען דער ערשטער פרעזידענט פון אגודת ישראל אין אמעריקע.

דער צווייטער וועלט קריג

ער האט אויפגעשטעלט די וועד הצלה צו העלפן אידן פליטים אין אייראפע.

און ווי פאשטענדליך איז ער געווען דער רוקן ביין פון דעם רבנים מארש אין וואשינגטאן שלש עשרה מדות תש"ד, צו ארויסברענגען דאס וויי געשריי פון דעם אמעריקאנעם אידנטוהם פארוואס עס ווערט גארנישט געטוען צו פארטיליגן דעם אוישוויץ מארד מאשין.

נאכן קריג האט ער באזוכט די טויזנטער איבערלעבער אין די־פי לאגערן אין דייטשלאנד און פוילן. איין מאל ווען ער האט געטיילט סידורים קומט צו אים א מענטש און זאגט:

"נאך אלץ וואס איך האב געזען אין לאגער, וויל איך גארנישט מיט רעליגיע!"

פרעגט אים הרב סילווער וואס גענוי האט אים אוועקגעקערט פון אידישקייט.

איך האב געזען א איד וואס האט געהאט א סידור, אבער דאווענען אין סידור האט ער געלאזט נאר דער וואס האט אים געגעבן דאס ביסל ברויט וואס ער האט באקומען פארן טאג. שטעל זיך פאר," שעפט ער, "א איד וואס פארקויפט דאס רעכט צו דאווענען פאר ברויט!"

"און וויפיל קונדן האט יענער געהאט?" טוט רב סילווער א פרעג.

"צופיל!" ענטפערט ער מיט א קנאק.

רב סילווער האט געלייגט זיין ארעם אויף יענעם און געגעבן צו פארשטיין. "דו קוקסט אויף איין שלעכטן איד וואס האט פארקויפט דאס רעכט צו דאווענען? פארוואס קוקסט דו נישט אויף אזוי פיל גוטע אידן וואס האבן מוסר נפש געווען דאס עסן און געהונגערט כדי צו קענען דאווענען? אפשר דאס איז דעם מוסר השכל וואס דו דארפסט לערנען דערפון?"

רעפערענצן

  1. "Rabbi Eliezer Silver", The Blade (‏8טן פעברואר 1968), p. 39. דערגרייכט דעם ‏16טן יולי 2009. 
  2. 2.0 2.1 סילווער, אליעזר (1960). ענפי ארז. ברוקלין, ניו יארק: Balshon. OCLC 233183667. Retrieved 2009-07-16.
  דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!