רוי:רבי יהושע גרינוואלד

ווערסיע פון 11:34, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום")
הרב יהושע גרינוואלד
געבורט חוסט, אונגארן
טעטיקייט ארט חוסט, בודאפעשט, פאריז, ניו יארק
זיינע רביס זיין פאטער, רבי אברהם יוסף גרינוואלד
חיבורים

שו"ת חסד יהושע ד"ח חסד יהושע אויף מסכת סנהדרין חסד יהושע אויף מסכת ע"ז

אבני מילואים

הרב יהושע גרינוואלד (ה'תרס"ט - ו' אב ה'תשכ"ט) איז געווען דער לעצטער רב אין דער שטאט חוסט בעפאר דעם צווייטן וועלט קריג, דורכאויס די קריג איז ער אנגעקומען קיין עבנזע קאנצעטראציע לאגער, און דארטן איז ער געראטעוועט געווארן.

זיין יוגנט

ר' יהושע גרינוואלד איז געבוירן אין תרס"ט אין חוסט, אונגארן (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער, הרב אברהם יוסף גרינוואלד, זון פון הרב משה גרינוואלד, מחבר פון "ערוגת הבושם" און חוסטער רב.

אלס יונגערמאן

אין תרפ"ט, ביי די 20 יאר, האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הרב יחזקאל פאנעט (דער צווייטער), דער דעעשער רב. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין דעעש עטליכע יאר, און האט געפירט די ישיבה מיט זיין שוואגער הרב יעקב אלימלך פאנעט.

שפעטער איז ער באשטימט געווארן ראב"ד פון אונגוואר, טשעכאסלאוואקיי (היינט אוקראינע).

רב אין חוסט

דורכאויס דעם קריג

נאכן קריג

נאכן קריג האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט מרת מרים, א טאכטער פון וויזשניצער רבי'ן וואס זי איז געווען די גרושה פון הרב יהודה הורוויץ, דזשיקאווער רבי, און צום סוף פון זיינע יארן האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק. ער איז נפטר געווארן ו' אב תשכ"ט, און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות.

נאך זיין פטירה האט זיין אלמנה חתונה געהאט מיט הרב יצחק יעקב ווייס זצוק"ל, גאב"ד ירושלים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!