רוי:דעצימאל

ווערסיע פון 09:57, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

די דעצימאל סיסטעם איז א נומערן סיסטעם וואס איז געבויט אויף א באזע צען. זי ווערט אנגערופן דעצימאל ווייל דעצימאל קומט פון לאטיין דעצימוס וואס מיינט צען.

  • דאס איז די מערסטע באנוצטע נומערן סיסטעם אין באנוץ היינט, מן הסתם וועגן דעם ווייל מענטשן האבן צען פינגערס.

סימבאלן

די סימבאלן וואס מען נוצט אין דער דעצימאלער נומערן סיסטעם זענען:

  • 0
  • 1
  • 2
  • 3
  • 4
  • 5
  • 6
  • 7
  • 8
  • 9

ציילן

צו ציילן אין דעצימאל פאנגט מען אן פון 0 און מען לייגט צו דעם קומענדיגן סימבאל אין ראנג פאר דעם קומענדיגן נומער, אזוי אז 8 איז אכט.

ווען מען האט שוין נישט קיין סימבאלן, לייגט מען צו א קאלום וואס ווייזט וויפיל מאל מען זאל אויסרעכענען די באזע צען. אזוי אז 10 איז צען און 27 איז זיבן און צוואנציג ווייל עס מיינט 2 מאל 10 (פון די צענער קאלום, וואס איז איין מאל צען) מיט זיבן, און 4567 איז פיר טויזנט פינף הונדערט זיבן און זעכציג ווייל עס מיינט 4 מאל 10 מאל 10 מאל 10 (פון דעם טויזנטער קאלום, וואס איז דריי מאל צען מאל צען) מיט 4 מאל 10 מאל 10 מיט 6 מאל 10 מיט 7.

זעט אויך