מגילת אסתר
מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי
מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי
תקופת התרחשות שיבת ציון
הספר הקודם קהלת
הספר הבא דניאל

מגילת אסתר איז איינס פון די פינף מגילות אין תנ"ך. אין מגילה ווערט דערציילט אויף א פלאן צו פארטיליגן די אידן פונעם פערסישן קעניגרייך אין קעניג אחשוורוש'ס צייטן אין די סוף ג'ש יארן דורך המן דער אגג'ער און ווי אסתר המלכה און איר פעטער מרדכי היהודי האבן עס פארשטערט. די געשעענישט זענען די מקור צום יום טוב פורים. עס איז א חיוב מדרבנן צו ליינען די מגילה אין פורים, ביינאכט און בייטאג.

ערציילונג

סעודת אחשורוש

 
אחשורוש שיכור ביים סעודה. מאלעריי דורך מאוריצי גאטליב

די מגילה הייבט זיך אן מיטן דערציילן אויף א טרינק-סעודה וואס דער קעניג אחשוורוש רעכט אפ אין דריטן יאר פון זיין קעניגרייך. די סעודה ציט זיך 180 טעג און איז געווידמעט פאר אחשורוש'ס מיניסטארן און קנעכט, און פאר די מיליטערן פון פרס און מדי. במשכ'ן סעודה צייגט אחשורוש זיין רייכטום און מאכט.

דערנאך רעכט דער קעניג אפ נאך א זיבן-טאגיגע סעודה פאר די איינוואוינער פונעם הויפטשטאט שושן, און לאדנט אויך די אידישע בירגער. דער סעודה, וואס איז פארגעקומען אין הויף פון קעניג'ס באטאנישע גארטן ווערט געשילדערט אלס גאר שיין און רייך, מיט שיינע טישן און גאלדענע כלים, און אסאך וויין. די קעניגן ושתי האט אויך געמאכט א מאלצייט פאר די פרויען.

אין זיבעטן טאג, אנגעטרינקענערהייט, הייסט ער ברענגן די קעניגן ושתי צום מענער זאַל כדי צו ווייזן איר שיינקייט פאר אלע אנוועזנדע. ושתי זאגט אפ די לאדענונג און דאס רעגט אויף דער קעניג, וואס איז מחליט, אויפ'ן ראט פון זיין ראטגעבער ממוכן, איר צו אפזאגן פון די קעניגטום, און ארומשיקן בריוון צו אלע לענדער און פעלקער, יעדעם אויף זייער שפראך, אז דער מאן איז בעל הבית אין שטוב.

נייע קעניגן

 
שילדערונג פון בגתן און תרש פון אנטואן קאַראָן

ווען אחשורוש בארואיגט זיך הייסט ער צוזאמנעמען אלע שיינע בתולות פון איבער זיין קעניגרייך קיין שושן, צו אויסוועלן א נייע קעניגן. צווישן די אלע מיידלעך איז געווען אסתר, אדער הדסה, א אידישע יתומה וואס איז אויפגעוואקסן ביי איר פעטער מרדכי אין שושן, פון די אימיגראנטן וואס נבוכדנצר, קעניג פון בבל, האט פארטריבן פון ירושלים.

אסתר ווערט גענומען צו דעם פלאץ וואו די מיידלעך גרייטן זיך צו טרעפן אחשורוש, און געפעלט שטארק ביים פארוואלטער הגי. זי ווערט אויסגעקליבן צו זיין איינע פון די פאטענציעלע נייע קעניגן. אסתר פארציילט קיינעם נישט איר אידישע אפשטאם לויט די אנווייזונגען פון מרדכי. מרדכי קוקט שטענדיג נאך איר צו זען וואס זי מאכט. נאכן אריבערגיין די צוגרייטונגען וואס האט גענימען גאנצע 12 חדשים, ווערן געברענגט צו אחשורוש אלע פאטענציעלע קעניגן, צום סוף ווערט אסתר אויסגעוועלט צו זיין די נייע קעניגן.

אין יענע צייט איז מרדכי א באאמטער אינעם קעניגליכן הויף. אין איינע פון די טעג הערט ער זיך אונטער ווי צוויי טויער-היטערס, בִּגְתָן און תֶרֶשׁ, קאָנספּירירן צו ערמארדן אחשורוש, מרדכי גייט שנעל פארציילן פאר אסתר און זי פארציילט נאך די פלאן פאר אחשורוש. בגתן און תרש ווערן אויפגעהאנגען, און עס ווערט פארשריבן אינעם קעניגליכן כראָניק אז מרדכי האט געראטעוועט דער קעניג'ס לעבן.

המן'ס גזירה

נאך די מעשה, העכערט אחשורוש דעם ראנג פון זיין מיניסטער המן האגגי. אויפ'ן באפעל פונעם קעניג ביקט זיך יעדער אינעם הויף צו המן, חוץ מרדכי וואס האט זיך אויף קיין פאל נישט געקניט אדער געביקט. המן ווערט זייער אויפגערעגט אויף מרדכי'ס חוצפה, און מאכט אפ צו הרג'ען מרדכי און אלע אידן אלס נקמה. המן ווארפט גורל אויף וועלכע טאג זאל דאס ווערן אויסגעפירט, און עס קומט אויס דעם דרייצענטען פון חודש אדר. המן גייט איבעררעדן אחשורוש צו פארטיליגן דאס פאלק, און איז גרייט צו געבן 10,000 שטיק זילבער פאר'ן קעניג'ס שאצקאמערן. אחשורוש שטימט צו און געט איבער זיין קעניגליכן רינג פאר המן צו אפשטעמפלען א קעניגליכן באפעל צו הרג'ען אלע אידן און זאגט אויך אפ דאס נעמען די פארגעשלאגענע געלט. אין י"ג ניסן ווערט געשריבן בריוון אין אלע שפראכן, געשטעמפלט, און געשיקט מיט לויפערס צו אלע פעלקער זיך צו גרייטן צום דרייצענטן פון חודש אדר צו הרג'ען און באראבעווען אלע אידן וואס זענען אינעם פערסישן אימפעריע.

ערשטע סעודה

ווען מרדכי דערוויסט זיך פונעם גזירה, צערייסט ער זיינע קליידער, טוט אָן א זאַק און לייגט אש אויפ'ן קאפ, און גייט ארום אין די גאסן מיט א געוואלד ביזן קעניגליכן טויער. די גזירה קומט דערווייל אן צו די איבריגע אידן אין די פערסישן אימפעריע, און זיי הייבן אויך אָן פאסטן און טרויערן. די באדינערקעס דערציילן אסתר און זי שיקט קליידער צו איבערטון מרדכי, אבער מרדכי זאגט אפ. אסתר באפעלט הֲתָך, איינער פון קעניג'ס הערן, צו נאכפרעגן וואס גייט פאָר. מרדכי דערצייט אים אלעס וואס קומט פאר, און ווי המן טוט ווירקן ביים קעניג מיט געלט צו אומברענגען די אידן. ער געט איבער פאר התך'ן דעם אפיציעלן דאקומענט וואס רופט צו הרג'ענען די אידן ער זאל עס ווייזן פאר אסתר, און גלייכצייטיג איר באפעלן צו גיין זיך איינבעטן ביי אחשורוש צו אפזאגן די גזירה. צום ערשט וויל אסתר נישט, ווייל פאר'ן גיין צום קעניג אָן אַן איינלאדונג, ווייסט יעדער, באקומט מען טויט שטראף, אבער נאך אסאך בעטן און סטראַשן שטימט אסתר צו, און בעט צו איינזאמלען אלע שושן'ע אידן צו פאסטן פאר דריי טעג און נעכט, צוזאמען מיט איר און אירע מוידן.

אחשורוש נעמט אויף אסתר און אסתר בעט אחשורוש צו קומען פאר א סעודה מיט המן. ביים סעודה בעט אסתר פון אחשורוש צו קומען פאר נאך א סעודה מיט המן אויף מארגנס. המן קערט זיך אהיים צופרידן נאכן ערשטע סעודה, אבער באגעגענט זיך מיט מרדכי וואס וויל זיך נישט בוקן צו איהם ווערט ער אויפגערעגט. מיט די עצה פון זיין ווייב זרש און זיינע ליבהאבער, גרייט ער צו א בוים פון פופציג איילן הויך צו אויפהענגען מרדכי דעם קומענדיגן אינדערפרי.

מרדכי'ס כבוד און המן'ס דערנידערונג

יענע נאכט קען אחשורוש נישט איינשלאפן און ער זאגט צו פאָרליינען פאַר אים אינעם מעמוארן בוך. די ספר מישט זיך אויף צו די מעשה פון בגתן און תרש, און אחשורוש פארלאנגט אז מען זאל באצאלן מרדכי פארן ראטעווען זיין לעבן. המן קומט אריין מיט'ן פלאן צו זאגן פאר'ן קעניג צו אויפהענגען מרדכי. אחשורוש פרעגט המן וואס זאח מען טון צו איינער וואס דער קעניג וויל באערן. המן מיינט אז מען רעדט פון איהם, רעכנט ער אויס א סעריע פון אויסערווענדליכע באערונגען: מען זאל אנטון פאר יענעם די קעניגליכע קליידער, ארום רייטן מיטן קעניגליכן פערד ארום די גאסן פון שטאט דורך א מיניסטאר פון קעניג, און ער זאל אויסרופן: "אזוי טוט מען פארן מענטש וואס דער קעניג וויל זיין ערע". אחשורוש באפעלט המן אז ער זאל שנעל אליין אויספירן וואס ער האט פארגעשלאגן מיט מרדכי. נאכן ענדיגן ארומפירן מרדכי, איילט זיך המן אהיים קלאגנדיג און מיט א צוגעדעקט קאָפּ, און דערציילט זיין ווייב און זיינע ליבהאבער אלעס וואס האט אים געטראפן, זיי ענטפערן אים: "אויב איז ער א איד דער מרדכי וועסטו פאַלן פאר אים". זיי האלטן נאך אינמיטן רעדן און די סריסים קומען צויאגן המן צום משתה וואס אסתר האט געמאכט.

צווייטע סעודה

ביים סעודה פרעגט אחשורוש אסתר ווידעראמאל וואס איז איר געבעט, און זאגט צו איר צו געבן ביז א האלבע קעניגרייך. אסתר בעט אחשורוש צו ראטעווען איר און איר פאלק וואס מ'האט פארקויפט צו אומברענגען און פארטיליגן. אחשורוש פרעגט איר ווער איז דער און אסתר ענטפערט "אִישׁ צַר וְאוֹיֵב, דער שלעכטער הָמָן". אחשורוש שטייט אויף גערעגט און גייט ארויס צום גארטן, המן פרובירט צו איבערבעטן אסתר און פאלט צו איר בעט פונקט אין די צייט וואס אחשורוש קערט זיך צוריק, זאגט אחשורוש, זאָגאַר ביי מיר אין הויז ווילסטו אייננעמען די קעניגן? חרבונה איינער פון קעניג'ס ראטגעבער געט א זאג, דער בוים וואס המן האט צוגעגרייט אויפצוהענגען מרדכי וואס האט געראטעוועט דעם קעניג איז אין המן'ס הויף. דער קעניג באפעלט צו אויפהענגען המן דערויף און נאכדעם בארואיגט ער זיך.

די קעניג געט פאר אסתר די הויז פון המן, ווען עס ווערט באוויסט צו איהם די נאנטקייט פון מרדכי צו אסתר, האט די קעניג איהם געגעבו זיין קעניגליכן רינגל אויף די דרייצענטע טאג פון חודש אדר, אויף וואס ביז דענמאלטס איז עס געוועהן ביי המן. אסתר שטעלט מרדכי אלס אויפזעהער אויף המן הויז און בעט אחשורוש צוריק ציען פון די גזירות וואס זענען שוין ארויס געשיקט אינעם פערסישע אימפעריע. אחשורוש ענפערט אז פאר דאס וואס המן האט געוואלט הרג'ענען אלע אידן זאל מען איהם אויפהענגען אויף א בוים. נאר נאך וואס די קעניגליכן באפעהל איז ארויסגעשיקט וואס איז גשריבן און גע'חתמט אינעם נאמען פונעם קעניג, קען מען נישט צוריק ציען פונעם גזירה. אחשורוש שטעלט פאר אז אנשטאט'ס צו מבטל זיין די גזירה קען מען איבער שרייבן די געזעצן פונעם גזירה. און אריין שרייבן אינעם גזירה אז די אידן מעגן זיך באשיצן פונעם פיינט וואס ווילן זיי הרג'ענען. די רשות צו שרייבן וואס זיי ווילן האט אחשורוש געגעבן פאר מרדכי און אסתר צו שרייבן צו די אידן אינעם נאמען, באפעהל און חתימה פונעם קעניג. און אזוי איז געטוהן געווארן, די געזעצן וואס זענען געשריבן געווארן אין דריי און צוואנציג'סטן טאג אין חודש סיון וואס האט גוזר געוועהן צו הרג'ענען אלע אידן אינעם באשטימטע טאג די דרייצענטע פון אדר, מער ווי דריי פערטל יאָר איידער די טאָג פון אויספירן די גזירה, איז נישט מבוטל געווארן. נאר מען האט איבערגעמאכט די געזעצן, עס איז געשריבן געווארן (אבער נישט ארויסגשיקט ביזן דרייצענטע פון אדר) נייע באפעהלען אז די אידן מעגן זיך באשיצן פון זייערע פיינט.

ווען עז איז אנגעקומן די טאג, די דרייצענטע פון אדר, וואס עס איז געוועהן אויסגעשטעלט צו אויספירן די שחיטה אויפן אידישע פאלק, איז ארויס געשיקט געווארן די אנזאג אז די אידן מעגן זיך באשיצן פונעם פיינט. ווען עז איז אנקומען די אנזאג אינעם פערסישע אימפעריע האבן די אידן זיך געפרייערט די נייע אנזאג, דערנאך האבן די אידן זיך צוזאמען גענומען אין אלע לענדער פונעם קעניג אחשורוש, כדי צו נעמען נקמה אין די וואס האבן זיי שלעכט'ס געטוהן. נאך אין יענעם טאג, די דרייצענטע פון אדר, מיטן אנקום פונעם נייע אנזאג, וואס האט איבער געדרייט די מצב, האבן די אידן וואס וואוינען אינעם הויפטשטאט פונעם קעניג און די אידן וואס וואוינען אין שטעט וואס האבו נישט געהאט קיין מויערן, האבן שטארק באזיגט די פיינט. די אידן ווערן געראטעווערט פון אומקום און פייערן די נס פון די נייע קעניגליכן אנזאג וואס ערלויבט זיי צו זיך באשיצן, וואס האט אויך גורם געוועהן אז פילע פון די עמי הארץ האבו זיך אויך באטייליגט אין באשיצן די אידן. די איבעריגע פאלקלייט האבו נישט אנטייל גענומען צו הרג'ענען די אידן, וויל עס איז זיי שרעק באפאלן פונעם אידן, אויף די עצם נס וואס איז געשעהן אז די קעניג האט ארויסגעגעבן די נייע אנזאג אז די אידן מעגן זיך באשיצן. אזוי אויך איז זיי אנגעפאלן א שרעק פון מרדכי הצדיק וואס זיין נאמען איז באוויסט געווארן אלס די נייע ראטגעבער פארן קעניג

די מגילה רעכענט נישט אויס די צאל געהרג'עטע אידן אבער דערציילט יא די צאל געהרג'עטע (אין דרייצענטע פון אדר) פונעם שטאט שושן הבירה, וואס איז געווהן פינף הונדערט פיינט פון די אידן, און צו דעם די צען קינדער פון המן. אסתר בעט פון קעניג נאך א טאג צו פארזעצן די מלחמה אין שושן די הויפטשטאט, אינעם טאג (די פערצענטע פון אדר) האט מען אויפגעהאנגען די צען קינגער פון המן וואס מען האט געהרג'עט די נעכטיגע טאג, און מען האט געהרג'עט נאך דריי הונדערט מענטשן אין שושן. טראץ וואס אינעם באפעהל פון קעניג איז עס ערלויבט געווארן פאר די אידן צו נעמען די רויב פון זייערע פיינט, דערציילט די מגילה אז "בביזה לא שלחו את ידם" - די אידן האבן עס נישט גענומען. די מגילה רעכענט אויס אז די אידן האבן געהרג'עט אין די אנדערע שטעט פונעם קעניג (אין די דרייצענטע פון אדר) פינף און זיבעציג טויזנט מענטשן און אויך נישט גענומען קיין רויב.

אזוי ווי עס איז דערציילט געווארן הייבט זיך די מגילה אן מיט פרייד (סעודה) און ענדיגעט זיך מיט פרייד (סעודה). די אידן וואס וואוינען אין די ערי הפרזות (שטאט אן קיין מויערן) פייערן און מאכן א סעודה אין די טאג וואס מען האט גענדיגט די מלחמה[1], וואס איז די פערצענטע פון אדר, און די וואס וואוינען אין שושן וואס דארט האט די מלחמה פארגעזעצט אין פערצנטע פון אדר צוגלייך צו די שטעט וואס האבן א מויער, פייערן און מאכן א סעודה אין די פופצנטע פון אדר. די פייערן רעכט אריין פרייד און א סעודה, משלוח מנות פאר א חבר און מתנות פאר ארעמלייט.

די באשטימען פון דעם יום טוב

די ענדע פונעם מגילה דערציילט די פראצעס און אנהייבונג פון פייערן פורים און די סעודה (אין דעם גייסט פון פערסישע מנהגים) אין דער אידישער געזעלשאפט אין גלות, דורכן ארויסשיקן בריווען צוויי מאל צו די באשטימען די יום טוב צווישן אלע אידן פון די קעניגרייך (כדי צו ארויסווייזן די וויכטיגקייט און חשיבות צו מכבד זיין די יום טוב). די פייערן זענען באשטימט געווארן צו סימבאליזירן די ניצל פון עם ישראל וואס איז נישט אויסגעמעקט געווארן און וועט נישט ווערן אויסגעמעקט ("וְזִכְרָם, לֹא-יָסוּף מִזַּרְעָם") און די "נהפוך הוא" - דער חודש וואס איז געווארן א סימבאל פון טרויער (אויף די גזירה פון פארניכטונגען די אידן); פאר פרייד און יום טוב (אויף די נס פונעם ישועה). דער נאמען פורים איז באשטימט געווארן אויפן נאמען פון די פור (גורל) וואס המן האט געפאלן צו באשטימען דעם דאטום פון אויספירן די גזירה וואס האט באפוילן די פארניכטונג פון די אידן.

די צייט און ארט פון די מגילה

חז"ל זאגן, אז די שרייבער'ס פונעם מגילה זענען געווען די אנשי כנסת הגדולה, וואס האבן באשטימט וועלכע ספרים וואס זענען ארײן אין די תנ"ך און אין וועלכע סדר (בבלי, בבא בתרא ט"ו ע"א). עס איז דא וואס האלטען[2] לויט וואס איז געשריבן אין דער מגילה, אז עס איז געווען געשריבן דורך אסתר אדער מרדכי, אדער ביידע.

איר הייליגקייט און שטעלע צווישן די כתבי קודש

כאטש וואס מגילת אסתר ווערט אריין גערעכענט אין די תנ"ך, זאגן חז"ל (מגילה ז, א):

רב שמואל בר יהודה האט געזאגט:

אסתר האט געשיקט צו די חכמים אז מען זאל עס קובע זיין פאר אלע דורות.

האבן די חכמים גענפערט מיט דעם וועסטו אויף וואכן די קנאה ביי די פעלקער.

האט זי געשיקט איך שטיי שוין געשריבן אין דברי הימים למלכי מדי ופרס.

האט אסתר געשיקט אז מען זאל עס שרייבן פאר אלע דורות.

האבן זיי געשיקט 'הלא כתבתי לך שלישים' (משלי כב, כ) - דריי און נישט פיר (אין אנדערע ווערטער חומש, נביאים און כתובים), ביז זיי האבן געטראפן די פסוק 'כתב זאת זיכרון בספר' (שמות יז, יד), כתב זאת - שרייב וואס עס שטייט דא און אין משנה תורה. זיכרון - וואס עס שטייט אין נביאים. בספר - וואס עס שטייט אין מגילה.

אין המשך הגמרא ווערט געברענגט שמואל'ס מיינונג אז "מגילת אסתר איז נישט געזאגט געווארן ברוח הקודש" (דאס מיינט אז עס איז געזאגט געווארן צו ליינען און נישט צו שרייבן), אינקעגן די מיינונג פון די תנאים רבי אליעזר, רבי עקיבא און רבי מאיר אז די מגילה איז יא געשריבן געווארן ברוח הקודש. אין תלמוד ירושלמי שטייט: "רבי יוחנן האט געזאגט 'נביאים און כתובים וועלן בטל ווערן אין צונקופט און חמשה ספרי תורה וועלן נישט בטל ווערן אין צונקופט', רבי שמעון בן לקיש האט געזאגט 'אויך מגילת אסתר און אירע הלכות וועלן נישט בטל ווערן אין צונקופט'" (מגילה פרק א' הלכה ה'). די רמב"ם שרייבט אזוי ווי די ירושלמי: "אלע נביאים און כתובים וועלן בטל גיין אין די צייטן פון משיח אויסער מגילת אסתר, עס ווערט גערעכענט אזוי ווי די חמשה ספרי תורה און ווי אלס הלכות פון תורה שבעל פה וואס ווערט קיינמאל נישט בטל" (הלכות מגילה, פרק ב הלכה י"ח). אבער אין די נושאי כלים פון רמב"ם ווערט געברענגט אז די כוונה פונעם רמב"ם איז נישט אז עס וועט אינגאנצען בטל ווערן אזוי ווי די ראב"ד האט פארשטאנעו, נאר אז מען וועט נישט ליינען נביאים און כתובים אין ציבור נאר מגילת אסתר.

  1. ווען מען רעדט פונעם מלחמה, רעדט מען פון אלע מלחמות, וואס רעכט אריין די אנהייב פון די קאמף, די שחיטה פון די אידן, און דערנאך די באשיצן - די מארד פון די וואס האבן געוואלט הרג'ען די אידן.
  2. אבן עזרא און נאך.