Badge of the Israel Defense Forces.svg
דגל צבא הגנה לישראל
טעקע:350px-Negev c.jpg
אַ בילד פון ישראלישע סאָלדאַטן

צה"ל (ראשי תיבות: צבא ההגנה לישראל טייטש: ישׂראל פאַרטיידיגונגס אַרמיי) איז דער נאמען פון דעם ישראלישן מיליטער. זי איז אוועקגעשטעלט געווארן צוויי וואכן נאך וואָס מדינת ישראל איז אויפגעשטעלט געווארן, אין מיטן מלחמת העצמאות.

לויטן געזעץ אין ישראל דארף יעדער בירגער וואס האט פולע 18 יאהר, דינען ווי א סאלדאט אין צה"ל, מענער דריי יאָר און פרויען בלויז צוויי.

ישיבה בחורים מעגן אימער אָפשטופן זייער באדינונג ווי לאַנג זיי זיצן און לערנען. מיידלעך קענען זיך באפרייען, ביים דעקלערן אז זיי זענען רעליגיעז.

צה"ל איז געשטעלט אויף צוויי סארטן זעלנער, זעלנער אלס פליכט, און זעלנער אין רעזערוו. די רעזערוו איז די פאקטישע רוקנביין פונעם ישראל מיליטער,

געבוי פון צה"ל

 
אפיצירן אין מיליטער־רעזערוון פאר א פאראשוטירן איבונג

אין ארמיי איז נומער דריי א וויכטיגער נומער, דער גאנצער אינפאנטריע איז אויסגעשטעלט אויף אט דעם נומער.

דריי סאלדאטן מיט א קאמאנדיר זענען א טרופע (העברעיש "חוליה"), דאס איז די קלענסטע איינהייט אין מיליטער, און פאקטיש איז דער נאמען פון קאמאנדיר נישט מער פון א נאמען.

דריי חוליות אינאיינעם מיט זייערע קאמאנדירן, זענען א סקוואדראן (העברעיש כיתה), צוזאמען צוועלף זעלנער.

דריי כיתות איז אן אפטיילונג, אדער פלאטון (העברעיש מחלקה). עס וועט נישט זיין מער פון פערציג זעלנער. דער קאמאנדיר איז אן אפיציר, וואס האט געטון די אפיצירן קורס, ער האט אויך א סאלדאט וואס האט שוין כמעט גענדיקט זיין מיליטערישע פליכט, וואס אין העברעיש הייסט זיין ראנג סמל מחלקה, אדער אפטיילונג סארגענט.

דריי מחלקות איז א קאמפאניע (העברעיש "פלוגה"), דער אפיציר פון א פלוגה איז שוין א וועטעראן זעלנער וואס איז שוין עטליכע יאר אין ארמיי, ער האט אויך א צווייטן אונטער אים, וואס איז אויך אן אפיציר. אויך איז דא אין צה"ל א רב-סמל פלוגתי (רס"פ), א סארגענט וואס פארנעמט זיך איבערן לאגיסטישן טייל פון דער קאמפאניע, ער האט צומאל איינער אדער צוויי סאלדאטן, אויך מענטשן וואס האבן כמעט גענדיקט דינען זייערע יארן אין ארמיי, וואס ווערן גערופן סרס"פ, וואס העלפן אים.

דריי פלוגות איז א באטאליאן (העברעיש "גדוד"), אויף זיי איז דא צוויי אפיצירן, דער קאמאנדיר, און זיין צווייטער אונטער אים, מג"ד און סמג"ד.

פון דא און ווייטער איז די נומער דריי נישט אקוראט, דריי גדודים איז א בריגאדע (העברעיש "חטיבה"), און רוב בריגאדעס אין צה"ל זענען דא מער פון דריי באטאליאנען, אין נח"ל בריגאדע, זענען פארהאן פיר, דריי געהעריקע, און איין ווערט פארעכנט אלס ספעציעלע עליטע קעמפער, און טייל פון צה"ל וועט עס זיין צוויי באטאליאנען, און אנדערע ביז פינף אפילו, דער קאמאנדיר איבער א בריגאדע הייסט מח"ט, וואס איז שוין א הויכבאאמטער אין ארמיי, אין א בריגאדע קענען זיין ביז 5,000 טויזנט קעמפער, ביי די טאנקען זענען דא הונדערט טאנקען אין איין בריגאדע.

צווישן צוויי און פיר בריגאדעס, איז א דיוויזיע (העברעיש "אוגדה"), (רעגימענט עקזיסטירט נישט אין ישראל). א תת-אלוף איז געווענליך קאמאנדיר אדער א מאיאר גענעראל, אין ישראל זענען דא צוויי סארטן דיוויזיעס, געגנטליכע און געהעריקע, ווי אוגדת עזה, די עזה דיוויזיע, איז א געגנטליכע וואס געפונט זיך אונטער די דרום פראנט קאמאנדיר אא"וו, געהעריקע איז עוצבת הפלדה, (עוצבה איז אויך אוגדה), וואס איז אונטערן צענטראלן פראנט קאמאנדיר, אבער איז נישט געגנטליך און דערפאר זענען די סאלדאטן פון די דיוויזיע, נישט אייביג אונטער זיי, נאר זיי גייען אריבער צו אנדערע געגנטליכע דיוויזיעס, ביים פארענדיקן טרענירונגען.

אין צה"ל איז אויך פארהאן קארפוס, וואס ווערט נישט באנוצט, נאר אין א מלחמה צושטאנד, ביז היינט איז עס נאך קיינמאל נישט גענוצט געווארן, 50,000 סאלדאטן געהערן צום קארפוס, און דער גענעראל איז געווענליך פון די גענעראל שטאב, עס פארמאגט צווישן צוויי און פיר דיוויזיעס. דאס איז די העכסטע איינהייט אין צה"ל, אין צה"ל זענען דא צוויי קארפוסן, אין אנדערע מיליטערן איז דא גרעסערע איינהייטן ווי ארמייען און נאך.

אין צה"ל זענען דא דריי פראנטן, אין העברעיאיש פיקוד, וואס איז גלייך צו ארמייען אין אנדערע לענדער, זיי האבן אלעס אונטער זיך, ווי פוס גייער, קאמפס עראפלאנען, שיפן פון ים פלאט, ארטילעריע, טאנקען, אינזשעניר, אא"וו

די אַרמיי אויך האט די הויפּט ראַבינאַט.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!