רוי:דעיוויד קלינגהאפער

ווערסיע פון 08:13, 31 אויגוסט 2013 דורך YI>Kolega2357 (ראָבאָט: ענדערן קאַטעגאָריע:יידישע שרייבערס צו קאַטעגאָריע:יידישע שרייבער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דעיוויד קלינגהאפער איז א אידישער שרייבער אויפן ענגלישן שפראך.

ביי די פופצן יאר איז ער געווען אזוי צעבראכן פון דעם געדאנק אז ער איז א גוי, איינער אין זיין גאנצן קלאס (וואס הגם פרייע, זענען פארט געווען אידן), אז ער זיך איינגעשפארט אין בית הכסא און זיך זעלבסט מל-געווען - אפגעשניטן זיך די ערווה מיט א מעסער...

ערשט ווען ער איז שוין געווען א גרויסער שרייבער אין דעם קאנסערוואטיוון נעשאנאל רעוויאו מאגאזין, האט ער זיך באגעגנט מיט הרב דניאל לאפין און אנגעהויבן זיך אינטערעסירן אין יידישקייט.

נאכן זיך טרעפן מיט זיין עכטער מאמע צום ערשטן מאל אין לעבן, האט ער איר געפרעגט פארוואס זי האט אים פארקויפט פאר יידן? האט די מאמע זיינע אים געענטפערט אז זי איז טאקע נישט קיין יידענע, אבער איר זיידע איז געווען יא געווען א ייד; האט זי געוואלט אז איר זון זאל אויך אויסוואקסן א ייד.

פון דארט און ווייטער האט זיך אנגעהויבן זיין וועג צוריק צו יידישקייט. ער איז היינט צו טאג א גר צדק - א פולער, פרום-ארטאדאקסישער ייד.

די דאזיגע דראמאטישע געשיכטע פון דעם גרויסן אמעריקאנישן יידיש-קאנסערוואטיוון שריפטשטעלער ווערט פינטקליך געשילדערט דורך דעם העלד אליין אין איינעם פון זיינע פילע ביכער מיט נאמען; מיין גאט, זאמל מיך איין און אין נאך א בוך וואס ער האט לעצטנס ארויסגעגעבן: די אנטדעקונג פון ג-ט; אברהם און מאָנאָטאיזם.