רוי:דעיוויד יאסקי

ווערסיע פון 09:35, 7 נאוועמבער 2014 דורך YI>פוילישער (אראפנעמען קאטעגאריע:וויליאמסבורג,צולייגן קאטעגאריע:וויליאמסבורגער דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דעוויד יאַסקי (געב' 3טן מערץ 1964) איז א יידישער פאליטיקער אין ניו יארק און איז געווען פון 2002 ביז 2009 דער פארטרעטער פונעם 33סטן דיסטריקט, וואס נעמט איין א גרויסן חלק פון וויליאמסבורג, אינעם ניו יארק שטאטראט.

אין 2006 איז ער געלאפן פאר א זיץ אין קאנגרעס.

ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס געהילף צו סענעטאר טשארלס שומער און האט באזיגט אין אן איבעראשנדן וואל אויסגאנג דורך די ארטיסטן פון וויליאמסבורג וואס האבן ארויסגעברענגט א שטערקערע וואל כוח פון די חסידים און ספאנישע וויילער וואס זענען געגאנגען פארן דעמעקראטיק בעל הבית סטיווען קאהן.