רוי:דעוון
|
דעוון (ענגליש: Devon; קארניש: Dewnens) איז א גרויסע גראפנשאפט אין דרום־מערב ענגלאנד, וואס גרענעצט קארנוואל צו מערב, און דארסעט און סאמערסעט צו מזרח. דעוון האט א בארטן אויפן ענגלישן קאנאל צו דרום, און א בארטן אויפן בריסטאל קאנאל און קעלטישן ים צו צפון. די צערעמאניע־גראפנשאפט באדעקט א שטח פון 6,707 קוואדראט ק"מ. די גראפנטשאפט שטאט איז עקסעטער.
די בוכטעס אויף די צפון און דרום בארטנס אנטהאלטן ים־רעזארטן, פֿישעריי־שטעטלעך און פארטן. אוועק פֿונעם איז עס בערגיק. די גראַפֿנשאַפֿט האט א נידריגערע באפֿעלקערונג ענגקייט ווי אנדערע טיילן פֿון ענגלאַנד. דארטמור איז דער גרעסטער אפֿענער ארט אין ענגלאנד מיט א שטח פון 954 ק״מ2 .[1]
וועבלינקען
רעפערענצן
- ↑ "Welcome to the Dartmoor National Park Authority". Naturalengland.org.uk (in ענגליש). Archived from the original on 6טן סעפטעמבער 2011. Retrieved 13טן נאוועמבער 2016.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archive-date=
(help)