רוי:דעדי גרויכער

ווערסיע פון 10:25, 1 דעצעמבער 2020 דורך YI>פוילישער ({{יתום}})
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

עודד דוד "דעדי" גרויכער (העברעאיש: עודד דוד גראוכר; געבוירן 1961) איז א ארטאדאקסישער אידישער זינגער, וועלכער וואוינט אין ארץ ישראל.

מוזיק קאַריערע

דעדי האָט אָנגעהויבן זײן מוזיק קאַריערע אלס מיטזינגער אויף עטליכע מרדכי בן דוד אַלבאמען, אין די שפּעט 1970ער און פרי 1980ער יארן.[1]

מיט דער צייט האט ער אנגעהויבן אליינס ארויסגעבן זיינע אייגענע מוזיק אלבאמען.

ער האט מיטגעארבעט מיט די קאָמפּאָזיטאָרן יאָסי גרין, הרב ברוך טשײט, אַבי ראָטענבערג און אַנדערע פאַר די לידער וואָס זענען געוויזן אויף זײַנע אלבאמען. די מוזיק אויף זײַנע אַלבאמען איז אַראַנזשירט געוואָרן דורך משה לאַופער, מונה ראָזענבלום, סוקי בערי, ישראל לאם (דער ״נגינה״ ארקעסטער) און רובי באנעט.

משפחה

דעדי און זײַן פרוי מלכה וואוינען אין פתח תקווה, ישראל.[2] זייער זון, אביאל גרויכער, איז א מוזיק אראנדזשירער און קאמפאזיטאר.[3]

דיסקאָגראַפיע

סאָלאָ אַלבאמען

  • ותחזינה
  • רצה (1993)
  • אמנם (1994)
  • ואהבת (1996)
  • בטחו בשם (1997)
  • אדון השלום (1999)
  • Hooked on Dedi (2001)
  • הכל לטובה (2003)
  • מפני מה (א גינגל)

באַווייַזן

  1. OutOfTowner’s Perspective of HASC 26. Jewish Music Report (‏18טן יאנואר 2013). דערגרייכט דעם 19טן אקטאבער 2014.
  2. Point by Point Summary: Bava Basra 36. דערגרייכט דעם 19טן אקטאבער 2014.
  3. Aviel Graucher Presents: Daniel Dahan "Nehora". The Jewish Insights (‏סעפטעמבער 2013). דערגרייכט דעם 19טן אקטאבער 2014.