פּלאַקאַט מיט דעם לאָזונג "זיי וועלן נישט דורכגיין!" פון 1918

זיי וועלן ניט דורכגיין, אָדער אויף שפּאַניש "¡No pasarán!", איז אַן אַנטי-פאַשיסטישער לאָזונג, וואָס איז געוואָרן זייער באַקאַנט אין דער שפּאַנישער בירגער קריג.

דער רוף "זיי וועלן נישט דורכגיין!" שטאַמט פונעם שלאַכטגעשריי "On ne passe pas", וואָס דער פראַנצויזישער גענעראַל ראָבערט ניוועל האָט גערופן, ווען ער האָט געקאַמפט אין דער שלאַכט אין ווערדון קעגן די דייטשן אין דער ערשטער וועלט מלחמה.

אין דער צייט פון דער שפּאַנישער בירגער קריג, בעת דער באַלאַגערונג פון מאדריד, די קאָמוניסטישע קעמפערין דאָלאָרעס איבאַרורי גאָמעז האָט געהאַלטן אַ רעפעראַט מיט אָט דעם לאָזונג דעם 18טן יולי 1936. דערנאָך איז דער לאָזונג געוואָרן אַדאָפּטירט דורך די בריטישע אַנטי-פאַשיסטער באַוועגונג און איז שפּעטער באַרימט געוואָרן אויף יידיש ווען אָלעק נוס האָט געניצט די זאַץ אינעם טעקסט פון "דעם מאַרש פון די "באָטווינצעס," דאָס ליד פון דער יידישער ראָטע (א"נ פון נפתלי באָטווין) וואָס האָט געקעמפט קעגן די שפּאַנישע פאַשיסטן מיט דער אינטערנאַציאָלע בריגאַדע.[1]

דער לאָזונג איז נאָך פּאָפּולער היינט צו טאָג אין קאָמוניסטישע און אַנטי-פאַשיסטישע קרייזן.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!