רוי:דע בירס

ווערסיע פון 12:21, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 26 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q471891 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דע בירס איז די גרעסטע פירמע אין דער וועלט וואס האנדלט מיט בריליאנטן. פארן גאנצן 20סטן יאר הונדערט איז עס געווען כמעט דער אויסשליסליכער דיאמאנטן פארקויפער, וואס האט געהאט דעם מאנאפאל און געטריבן די פרייזן לויט זייער ווילן און טאשן. דע בירס האט בריליאנטן אוצרות אין באצוואנע, נאמיביע, דרום אפריקע און קאנאדע.

אין דעם אנהייב 21סטן יארהונדערט איז אבער כסדר געפונען געווארן נאך און נאך שאכטעס וואס זיי האבן נישט געקענט לייגן קיין האנט דערויף און אזוי איז זייער מאכט צעבסילעך צעברעקלט געווארן אז היינט האלטן זיי שוין ביי אונטער פערציג פראצענט פון דעם מארק, און די דיאמאנטן שטיינער ווערן מער און מער צוגעגענגליך פאר די פשוטע פאלקסלייט.

פון די גרעסטע קאנקורירער מיט זיי איז לוי לעוויעוו, א חרדי'שער איד, א רוסיש געבוירענער וואס וואוינט היינט אין בני ברק ער האט גאר נאנטע באציאונגען מיט וולאדימיר פוטין וואס ער נוצט דאס אויס אויף ארויסצוהעלפן אחינו בני ישראל.

פון די לענדער וואס זענען פון די רייכסטע מיט די נאטורליכע אוצרות זענען

  1. ניגעריע
  2. רוסלאנד
  3. זימבאבווע
  4. קאנאדא