רוי:דיר יאסין

ווערסיע פון 08:28, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 15 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q1770995 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דיר יאסין איז געווען אן אראביש דארף ביז 1948, איין ק"מ ווייט פון גבעת שאול, וואס די אצ"ל, און די לח"י האבן איינגענומען, אומברענגנדיק איבער הונדערט מענטשן (די פונקטליכע נומער איז אומבאוויסט). היינט איז דער כפר שאול שפיטאל געבויט אויפן אלטן דארף, און זי איז א טייל פון ירושלים.

די אורזאך פארן אומברענגען אזויפיל מענטשן, איז א ווייטאגליכע טעמע אין ישראל פאליטיק, און די אצ"ל האט געטענהט, אז איראקע זעלנער האבן זיך געפונען צווישן די איינוווינער פונעם דארף, און די מענטשן פלעגן שיסן, אויף יידישע אויטאס וואס פלעגן פארן אויפן ירושלים-תל אביב שאסיי, און אויך באמבאדירן די דערנעבנדיקע גבעת שאול.