מגילת אסתר
מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי
מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי
תקופת התרחשות שיבת ציון
הספר הקודם קהלת
הספר הבא דניאל

מגילת אסתר איז איינס פון די פינף מגילות אין תנ"ך. אין מגילה ווערט דערציילט אויף א פלאן צו פארטיליגן די אידן פונעם פערסישן קעניגרייך אין קעניג אחשוורוש'ס צייטן אין די סוף ג'ש יארן דורך המן דער אגג'ער און ווי אסתר המלכה און איר פעטער מרדכי היהודי האבן עס פארשטערט. די געשעענישט זענען די מקור צום יום טוס פורים. עס איז א מצוה און חיוב דרבנן צו ליינען די מגילה אין פורים, ביינאכט און בייטאג.

ערציילונג

סעודת אחשורוש

 
אחשורוש שיכור ביים סעודה. מעלעריי מאוריצי גאטליב

די מגילה הייבט זיך אן מיטן דערציילן אויף א טרינק-סעודה וואס דער קעניג אחשוורוש רעכט אפ אין דריטן יאר פון זיין קעניגרייך. די סעודה נעמט 180 טעג און איז געווידמעט פאר אחשורוש'ס מיניסטארן און קנעכט, און פאר די מיליטערן פון פרס און מדי. במשכ'ן סעודה צייגט אחשורוש זיין רייכטום און מאכט.

דערנאך רעכט דער קעניג אפ נאך א זיבן-טאגיגע סעודה פאר די מענטשן פונעם הויפטשטאט שושן, און לאדנט אויך די אידישע בירגער. דער סעודה, וואס איז פאגעקומען אין הויף פון קעניג'ס באטאנישע גארטן ווערט געשילדערט אלס גאר שיין און רייך, מיט שיינע טישן און גאלדענע כלים, און אסאך וויין. ושתי האט אויך געמאכט א מאלצייט פאר די פרויען.

אין זיבעטן טאג, אנגעטרינקענערהייט, הייסט ער ברענגן די קעניגן ושתי צום מענער זאַל כדי צו ווייזן איר שיינקייט פאר אלע אנוועזנדע. ושתי זאגט אפ די לאדענונג און דאס רעגט אויף דער קעניג, וואס איז מחליט אויפ'ן ראט פון זיין ראטגעבער ממוכן איר צו אפזאגן פון די קעניגטום, און ארומשיקן בריוון צו אלע לענדער און פעלקער, יעדעם אויף זייער שפראך, אז די מאן איז בעל הבית אין שטוב.

נייע קעניגן

ווען אחשורוש בארואיגט זיך הייסט ער צוזאמנעמען אלע שיינע בתולות פון איבער זיין קעניגרייך קיין שושן, צו אויסוועלן א נייע קעניגן. צווישן די אלע מיידלעך איז געווען אסתר, אדער הדסה, א אידישע יתומה וואס איז אויפגעוואקסן ביי איר פעטער מרדכי אין שושן, פון די אימיגראנטן וואס נבוכדנצר, קעניג פון בבל, האט פארטריבן פון ירושלים מיט יכניה מלך יהודה.

זייער שנעל ווערט אסתר אויסקליבען צו זיין איינע פון די פאטענציעלע נייע קעניגן. אסתר פארציילט קיינעם נישט אירע אידישע אפשטאם לויט די אנווייזונגען פון מרדכי. מרדכי קוק נאך אלס נאך אויף אסתר וואס איז גענומען געווארן צו "הרמון" די פלאץ ווי די מיידלעך האבן זיך צוגעגרייט צו טרעפן אחשורוש. נאכן אריבערגיין די צוגרייטונגען וואס האט גענעמן גאנצע 12 חדשים, ווערט געברענגט צו אחשורוש אלע פאטענציעלע קעניגן, צום סוף וווערט אסתר אויסגעוועלט צו זיין די נייע קעניגן.

דער פרואוו צו הרגענן די קעניג

אין יענע צייטן איז מרדכי געוועהן אן באאמטער אינעם קעניגליכן הויף. אין איינעם פון די טעג האט מרדכי איבערגעהערט צוויי טויער-היטער'ס מיטן נאמען בגתן ותרש, שמועסן ווי זיי פלאנען צו דערמערדערן אחשורוש, מרדכי איז שנעל געלאפן פארציילען פאר אסתר און אסתר האט פארציילט די פלאן פאר אחשורוש. בגתן ותרש זענען אויפגעהאנגן געווארן אלס שטראף און מען האט אריין געשריבן אינעם קעניגליכן כראניקלאגיע וואס ווערט אנגערופן "ספר דברי הימים", אז מרדכי האט געראטעוועט די קעניג'ס לעבן.

המן'ס גזירה

נאך די מעשה, האט אחשורוש אפגעמאכט צו העכערן אין ראנג איינע פון זיינע מיניסטארן מיטן נאמען המן האגגי. יעדער איינער אינעם קעניגליכן הויף האט זיך געביקט צו המן אועפן באפעל פונעם קעניג, חוץ מרדכי האט זיך אויף קיין שום פאל נישט געביקט, "אשר לא יכרע ולא ישתחווה". המן איז געווארן זייער אויפגערעגט על מרדכי חוצפה, נישט צו זיך ביקן. המן מאכט אפ צו הרגענן מרדכי און אלע אידן אלס נקמה. המן האט געווארפן א גורל אויף וועלכע טאב זאל מען הרגענן אלע אידן, עס איז אויסגעקומן די דרייצענטע פון חודש אדר. לויט איין מאן דאמר אין ירושלמי איז איז געפאלן אויף א עיבור יאר - אדר שני[1]. המן איז געגאנגען בעטן רשות פון אחשורוש צו פארטילענגען די אידישע פאלק, אחשורוש שטימט צו המן און געט איהם זיין קעניגליכן רינגל אויף צו אונטער שרייבן א קעניגליכן באפעל צו הרגענן אלע אידן. און אזוי איז אונטער געשריבן בריווענן צו אלע פעלקער צו זיך צוגרייטען צום דרייצענטע פון חודש אדר צו הרגענן אלע אידן וואס זענען אינעם פערסישן קעניגרייך.

ווען עס איז באוויסט געווארן פאר מרדכי פונעם גזירה האט מרדכי צוריסן זיינע קליידער און אנגעטוהן א זאק און געלייגט אש אויף זיין קאפ, און אזוי ארוים געוואקט די גאסן און טויערן פון קעניגליכן פאלאץ. די גזירה איז דערווייל אנקומען צו די איבעריגע אידן אין די פערסישן אימפעריע, און האבן אויך אנגעהויבן פאסטען און טרויערן. מרדכי בעט אסתר צו באאיינפלוסען אחשורוש צו אפזאגן די גזירה, עס איז זייער געוואגט פאר אסתר ווייל גיין צום קעניג אן א איינלאנדיגנ באקומט מען טויט שטראף. צוום ערשט וויל אסתר נישט אבער נאך אסאך בעטן שטימט אסתר צו. אחשורוש נעמט אויף אסתר און אסתר בעט אחשורוש צו קומען פאר א סעודה מיט המן. ביים סעודה בעט אסתר נאכאמאל אחשורוש צו קומען פאר נאך א סעודה מיט המן אויף מארגנס. המן קערט זיך אהיים צופרידן נאכן ערשטע סעודה, אבער באגעגענט זיך מיט מרדכי וואס וויל זיך נישט בוקן צו איהם ווערט ער אויפגערעגט. מיט די עצה פון זרש זיין ווייב און ליבהאבערס, גרייט ער צו א בוים פון פופציג איילן הויך (25 מעטער) צו אויפהענגן מרדכי אויף דעם ווי שנעלער איינמאל אחשורוש געט איהם רשות.

"בלילה ההוא נדדה שנת המלך"

אין יענם נאכט האט אחשורוש נישט געקענט איינשלאפן, האט ער גערופן זיין באדינער צו איהם פארליינען אינעם "ספר דברי ימים" פון פרס. די ספר האט זיך אויפגעמישט פון זיך אליין צו די מעשה פון בגתן און תרש, אחשורוש פארלאנגט אז מען זאל באצאלן מרדכי פארן ראטעווען זיין לעבן, אחשורוש זוכט איינער פון זיינע מינערסטארן צו זיך שואל עצה זיין ווי אזוי צו באלוינען מרדכי, המן איז דארט געוועהן צו פרעגן רשות צו אויפהענגען מרדכי, אחשורוש פרעגט המן ווי אזוי מען קען באלוינען איינער וואס דארף ווערן באלוינט אן דערמאנן מרדכי'ס נאמען. המן מיינט אז מען רעדט פון איהם, הייבט ער אן צו אויסרעכן א סעריע פון אויסערווענדליכע באלוינעגען: מען זאל אן טוהן פאר יענעם מאן די קעניגליכן קליידער, ארוים רייטן מיטן קעניגליכן פערד ארוים די גאסן פון שטאט דורך א מיניסטאר פון קעניג, און ער זאל אויס רופן: "ככה ייעשה לאיש אשר המלך חפץ ביקרו" - אזוי טוט מען פארן מענטש וואס די קעניג וויל באלוינן. אחשורוש האט ליב המן עצה און באפעלט המן דאס צו טוהן פאר מרדכי, אז ער אליין זאל ארום פירן מרדכי אין די גאסן פון די שטאט. חז"ל דערציילן אונז אז ווען המן האט ארוים געפירט מרדכי האט המן טאכטער געמיינט אז איר טאטע איז אויפן פערד און מרדכי פירט די פערד, האט זי אויסגעגאסן די בית הכסא מיסט אויף דער וואס פירט דער פערד, נאך ווי וואס זי איז באוויסטיג געווארן אז עס איז איר טאטע וואס פירט די פערד, האט זי ארויפ געפאלן פון הויז און געשטראבען. המן איז געגאנגען זיך אפרעדעט צו זיין פאמיליע און צו זיין באדינערס אויף דער דערנידערונג וואס מען האט איהם דערנידערט, האבן זיי איהם געענפערט: "אִם מִזֶּרַע הַיְּהוּדִים מָרְדֳּכַי אֲשֶׁר הַחִלּוֹתָ לִנְפֹּל לְפָנָיו לֹא תוּכַל לוֹ כִּי נָפוֹל תִּפּוֹל לְפָנָיו".

ביטול הגזירה

קוים וואס המן האט זיך געקענט אומקערן אהיים פון דער דערנידערונג האט מען איהם געיאגט צו דער צווייטער סעודה וואס אסתר האט איהם איינגעלאדענט ביים ערשטע סעודה. ביים סעודה פרעגט אחשורוש אסתר צום דריטען מאל וואס איז אירע געבעט און זאגט צו, צו געבן ביז אן האלבע קעניגרייך פאר איר, אסתר בעט אחשורוש צו ראטעווען אירעלעבן און אירע פאלק לעבן. אחשורוש פארשטייט נישט וואס זי וויל און פרעגט זי צו עקלערן אירעווערטער. אסתר אנפלעקט אירע אפשטאם און געוויזן אויף המן: כ"אִישׁ צַר וְאוֹיֵב, הָמָן הָרָע הַזֶּה". אחשורוש שטייט אויף גערעגט און גייט ארויס צום גארטן, המן פרובירט אויס צונוצן די צייט איבערבעטן אסתר און פאלט צו פיס פונעם אסתר בעט פונקט אין די צייט וואס אחשורוש קערט זיך צוריק, וואס מאכט אחשורוש נאך מער אויפגערעגט. פונקט דענמאלטס געפינט זיך חרבונה איינע פון אחשורוש ראטגעבערס, און ווייזט אן פאר אחשורוש המן בוים וואס ער האט צוגעגרייט אויפצוהענגן מרדכי. די קעניג באפעלט אויפן פלאץ צו אויפהענגן המן אויפן זעלבן בוים "על ששלח ידו ביהודים" און נאר נאכדעם איז ער געווארן רוהיג.