רוי:באריסלאוו
|
באריסלאַוו (אוקראיניש: Борислав; פּויליש: Borysław) איז א שטאט פלאצירט אויפן טיסמעניץ טייך אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 35,040 (אין 2011).
פריער איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.
געאגראפיע
באריסלאוו געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 74 ק"מ דרום־מערב פון לעמבערג, 34 ק"מ מערב פון סטרי און 10 ק"מ דרום־מערב פון דראהביטש.
יידישע היסטאריע
אין 1900 האבן געוואוינט אין באריסלאוו 5,950 אידן.[1] ביז 1928 איז באריסלאוו געווען א טייל פון דער דראהביטשער קהילה.[2] פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה האבן געוואוינט אין דער שטאט עטליכע 13,000 אידן.
באקאנטע מענטשן פון באריסלאוו
- שבח ווייס (געב' תרצ"ה), ישראלישער פאליטיקער
רעפערענצן
- ↑ "באריסלאוו", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- ↑ דרהאביטש, ביי קהילה־לינקס
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: באריסלאוו |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!