רוי:יורי לעוויטאן
יורי (יודקאַ בערקאָוויטש) לעוויטאַן (רוסיש: Юрий Борисович Левитан; 2טן אָקטאָבער 1914, וולאַדימיר - 4טן אויגוסט 1983, בעסאָנאָווקאַ, בעלגאָראָדער געגנט, רוסלאַנד) איז געווען א סאוועטישער ראדיא דיקטאר.
לעוויטאן איז געבוירן דעם 2טן אקטאבער 1914 אין וולאדימיר, רוסלאנד, אין אַ ייִדישער משפּחה.
יורי לעוויטאַן איז געווען אַ באַרימטער דיקטאָר פון דער צענטראַלער סאָוועטישער ראַדיאָ אין די 1930-1980ער יאָרן. אַ דאַנק דער אויסדריקליכקייט און זעלטענעם טעמבער פון זיין קול, האָט מען אים באַאויפטראָגט פאָרליינען די וויכטיגסטע דערקלערונגען און מעלדונגען. ער איז געווען דער ערשטער, וואָס האָט עפנטלעך מודיע געווען וועגן אַזעלכע היסטאָרישע געשעענישן ווי דאָס אָנפאַלן פון היטלער-דייטשלאַנד אויף ראַטן-פאַרבאַנד דעם 22סטן יוני 1941, דאָס אייננעמען פון בערלין דורך דער סאָוועטישער אַרמיי און די אומבאַדינגטע קאַפּיטולאַציע פון דייטשלאַנד דעם 8טן מיי 1945, דער טויט פונעם סאָוועטישן אָנפירער יאָסיף סטאַלין דעם 5טן מערץ 1953, דער פלוג אין קאָסמאָס פון יורי גאַגאַרין דעם 12טן אַפּריל 1961, און אַזוי ווייטער. זיינע ראַדיאָ-אויפטריטן פלעגן זיך כסדר אָנהייבן מיט די ווערטער "...Внимание! Говорит Москва" (וונימאַ'ניִיע! גאַוואַרי'ט מאַסקוואַ'- אַכטונג! עס רעדט מאָסקווע...).
דער נאָמען פון יורי לעוויטאַן איז געוואָרן באַזונדערס פּאָפּולער אין די יאָרן פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מלחמה (ווי רופט מען אָן אין רוסלאַנד און אייניקע אַנדערע לענדער פונעם געוועזענעם ראַטן-פאַרבאַנד דעם סאָוועטיש-דייטשן קריג פון 1941-1945 אַלס דער עיקרדיקער טייל פון דער צווייטער וועלט מלחמה). מיט פאַרבאַהאַלטענעם אָטעם, מיט אומרו און האָפענונג צוגלייך, האָבן דאַן מיליאָנען מענטשן אין אַלע עקן פון דעם גרויסן לאַנד געהערט די ידיעות וועגן דעם מצב אויף די מלחמה-פראָנטן, פאָרגעליינט פון אָט דעם מענטשן.
אין דער נאָכמלחמהדיקער צייט, האָט יורי לעוויטאַן פאָרגעליינט פאַרן ברייטן עולם ראַדיאָ-צוהערער וויכטיגע פּאָליטישע דאָקומענטן, געפירט רעפּאָרטאַזשן פון מלוכישע און געזעלשאַפטליכע אונטערנעמונגען, אָנטיילגענומען אין טאָניפיצירן קינסטלערישע פילמען, דערקלערט "די מינוט פון שווייגן" אין די יערליכע ראַדיאָ - און טעלעוויזיע פּראָגראַמען לכבוד דעם אָנדענק פון די געפאַלענע סאָוועטישע קריגסלייט און די קרבנות פון דער ציווילער באַפעלקערונג בשעת דער מלחמה קעגן די נאַצישע שונאים ימ"ש.
יורי לעוויטאַן איז נפטר געוואָרן בעת אַ באַגעגעניש מיט מלחמה-וועטעראַנען אין 1983. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אויפן "נאָוואָדעוויטשיע"-צווינטער אין מאָסקווע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!