רוי:ריטשארד פיינמאן
פעלדער | פיזיק |
---|---|
וואוינארט | פאראייניגטע שטאטן |
פרעמיעס און פארערונג | געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1965 |
הויפט ביישטייערן | |
זיין ארבעט אין דעם געביט פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק |
ריטשארד פיליפס פיינמאן (ענגליש: Richard Phillips Feynman; 11טן מאי 1918, קווינס, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן – 15טן פעברואר 1988, לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע) איז געווען א אידיש-אמעריקאנער פיזיקער, א געווינער פונעם נאבעל פריז פאר פיזיק אין יאר 1965 פאר זיין ארבעט אין דעם געביט פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק. ער האט בייגעשטייערט א סך צו דער אנטוויקלונג פון דער טעאריע פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק בפרט, און צו פיזיק בכלל, און ער איז געווען אן אינספירנדער לעקטאר. ער איז געווען א שותף אין דעם "מאנהעטן פראיעקט" פאר אנטוויקלען דעם אטאם-באמבע און אן אנזיכטיגער מיטגליד אין דער "ראדזשערס קאמיסיע" וואס האט געפארשט די אומשטאנדן פון דעם טשאלענדזשער קאסמאס-שיף קאטאסטראפע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!