המכלול:פּרינציפּן און ריכטליניעס

ווערסיע פון 18:10, 18 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "המכלול: סגנון" ב־"המכלול סטיל")

המכלול איז א פראיעקט צו שאפן א ברייטע פארלעסליכע אידישע ענציקלאפדיע. דער ציל פון אירע גרינדער און ביישטייערער איז איינס: צו שאפן א גרויסע אידישע ענציקלאפדיע, די גרעסטע אין היסטאריע, וואס דעקט אלע געביטן און תחומים וואס איז נאר שייך און אויסגעהאלטן, און קען אויך דינען אלץ פארלעסליכער מקור פאר אינפארמאציע.

פארהאן עטליכע פרינציפן וואס זענען ראטזאם נאכצוגיין ביים שרייבן אין המכלול כדי צו היטן אויף די אייניגקייט און קוואליטעט פונעם מאטעריאל.

  • אויסוואל פון טעמעס: קלערט צי דער ארטיקל וואס איר האט געקליבן צו שרייבן איז אן ענציקלאפעדישער, און אויב עס קען אינטערעסירן אנדערע ליינער. געדענקט אויך, אז המכלול איז נישט קיין ווערטערבוך וואס דארף טייטשן יעדער מעגליכער באגריף, נאר אן ענציקלאפעדיע וואס איר ציל איז פארצושטעלן די צענטראלע נושאים אין די תורה'דיגע וועלט, און אין די ידיעות פון מענטשהייט.
  • א נאמען געבן פארן ארטיקל: נוצט ליבערשט זאך-ווערטער (שם דבר) און נישט טאט-ווערטער (שם פועל), לשון יחיד און נישט לשון רבים. אין לשון קודש שרייבט מלא נישט חסר, ארויסגעשריבן און נישט אין ראשי תיבות. פארמייד נעמען מיט ספעציעלע בוכשטאבן (א שטייגער ווי "%", "@"), צייכנס פאר פונקטירן (",.;"), און ארטיקלען ("דער...", "א...").
  • אייניגקייט: די ארטיקלען אין המכלול האבן אן אייניגע אויסשטעל, און דערפאר דארף מען מקפיד זיין זיך צו האלטן צו אלגעמיינעם געבוי פון די ארטיקלען. מען קען אויך ניצן די מוסטער פון א בלאט, אלץ מיטל צו העלפן אוועק שטעלן אן אנהויב פון אן ארטיקל.
  • קאפי-רעכטן: עס זענען פארהאן פארשריפטן פון קאפי-רעכטן וואס מען מוז זיך צו זיי האלטן, זעט מער אינעם לינק ביים ענדע פונעם בלאט. געדענקט אז די רגע וואס איר האט געשריבן אן ארטיקל געהערט עס גענצליך פאר המכלול, און אנדערע שרייבער האבן אלע רעכטן, און זענען ערווארטעט, עס צו טוישן, פאררעכטן, מגיה זיין און צולייגן לויט זייער פארשטאנד (און נישט אלעמאל לויט אייער געשמאק). רעספעקטירט דעם איינפיר, און געדענקט אז איר האט נישט קיין מאָנאַפאָל אויף די ארטיקלן אייערע; אזוי ארבעט עס אין א געמיינזאם געשריבענע אנציקלאפעדיע, פון נאטור אויס.
  • נייטראליטעט: עס איז וויכטיג אז אלע ארטיקלען אין המכלול, אויך די קאנטרעווערסיאלע, זאלן פארגעשטעלט ווערן אויף א נייטראלע אופן, און זאלן נישט דינען אלס פלאטפארמע אויסצודריקן מיינונגען און פאר פראפאגאנדע צוועקן. אלס פרומער שרייבער דארף מען באזונדער צולייגן קאפ דערצו ביים שרייבן איבער חרדי'שע פארטייען און קרייזן, און פארשטעלן זייער שיטות, פעולות און דרך אין עבודת ה' מיט א נייטראלע בליק.
  • אנעקדאטן: אן אנעקדאט וועט מען צולייגן נאר ווען עס איז שטארק רעלעוואנט צום ארטיקל. אונזער ציל איז נישט צו מאכן המכלול פאר א זאמלונג פון אנעקדאטן. אין פאל פון א ספק – לאזט עס אויס, אדער שרייבט עס אינעם שמועס בלאט פון דעם ארטיקל.
  • די גרויסקייט פון אן ארטיקל: מען זאל אין באטראכט נעמען די אפציע פון צעטיילן גאר גרויסע ארטיקלען אויף עטליכע קלענערע, אויב מעגליך.
  • שרייבט מעמואַרן: כדי אנדערע זאלן קענען גרינג וויסן וואס איר האט געטון און נישט מיינען אז איר זוכט אריינצושמוגלען טוישונגען באהאלטענערהייט.
  • פארמייד איבערבלייבענישן: לאזט נישט איבער אן ארטיקל מיט האלבע זאצן, טעקסטן אין ענגליש אדער עברית אדער ווענדונגען צו אנדערע ליינער/שרייבער. פאר דעם צוועק איז דא די זאמדקאסטן און די שמועס בלעטער. ברענגט אריין די ארטיקל צום הויפט געביט נאר נאכדעם וואס איר האט עס אינגאנצן געענדיגט שרייבן, אדער כאטש נעמט קודם ארויס אלע באמערקונגען דערפון. אויב ווילט איר איבער לאזן א רעדאקציע באמערקונג אין אן ארטיקל, קען מען דאס טון אזוי: <!—די באמערקונג-->, אזוי אז נאר דער וואס רעדאגירט דעם ארטיקלן וועט עס קענען זען.
  • שאפט לינקס צו אייער נייע ארטיקל: נאכן ענדיגן שרייבן אן ארטיקל, זוכט ארום אין המכלול וואו איר קענט אריין שטעקן אן אינערליכן לינק צו אייער נייעם ארטיקל. אזוי וועט גרעסער ווערן די אויפטו פון אייער ארטיקל, און עס וועט אהין ברענגען מער ליינער.