רוי:דזשונדאלא

ווערסיע פון 09:55, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

די דזשונדאַלאַ (אראביש: جند الله "זעלנער פון גאט") איז א גרופע פון איסלאמישע עקסטרעמיסטן אין איראן, זיי זאגן אז זייער מיסיע איז צו קעמפן קעגן די שיאיטן און זיכער מאכן אז די סוניס ווערן נישט אונטערדרוקט און געפייניגט צוליב זייער רעליגיע דורך די איראנער אויטאריטעטן.

זי איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשס"ג דורך אבדולמאלעק רידזשי. די איראנער רעגינרונג האט גענומען א שארפע שטעלונג קעגן די גרופע פון די ערשטע מינוט אן. ביז אין יאר תש"ע ווען זיי האבן אים ארעסטירט. ער איז פאראורטיילט געווארן צום טויט, און הינגעריכטעט געווארן געציילטע טעג שפעטער.

לויט שפיאנאזש באריכטן פארמאגט די גרופע צווישן טויזנט און צוויי טויזנט באוואפנטע קעמפער וועלכע זענען גוט באוואפנט און געלערנט צו קעמפן.

זיי זאגן אז זיי האבן שוין סוקסעספול באוויזן אומצוברענגען איבער פיר הונדערט איראנער זעלנער דורכאויס די יארן פון זייער עקזיסטענץ.

אין יאר ס"ט האט איר די אמעריקאנער רעגירונג ארויפגעשטעלט אויף דער ליסטע פון טעראר ארגאניזאציעס.