רבי ישראל דוד שלעזינגער איז א באקאנטער מגיד שיעור און רב פון מאנסי, ניו יארק.

זיינע שיעורים זענען מורא'דיג ציענדיג, ער ווארפט כסדר אריין טרעפליכע גלייך-ווערטלעך, וואס מאכט אז דער עולם זאל לאכן אויפן קול, מ'קען עס הערן אויך אין די טעיפס.

ער ווארפט צוזאם אין יעדן שיעור, אן א שיעור ספרים, בלשונם, אין איז גאר שטארק מדייק אז יעדער אות זאל קלאפן, אויף אזא אופן, אז ס'קען פשוט נישט אנדערש זיין פשט אין די ווערטער, נאר אז דער מחבר האט דאס ממש געמיינט.

ער קומט אריין צו די שיעורים מיט א פאק ספרים "וואס ער אליין שלעפט" חוץ וואס זיין בחור'ל (זיין זון) און א עסקן ברענגען. יעדעס ספר האט שוין אריינגעשטעקט אין זיך א צעטל/קליפ ער זאל עס גראד טרעפן. (די מקשיבי שיעוריו ווייסן שוין ווען ער גייט ענדיגן, ווען ער ענדיגט זאגן פונעם לעצטן ספר!).

רבי ישראל דוד שלעזינגער איז א זון פון הרב שמואל עקיבא שלעזינגער, א רב אין שטראסבורג. משפחת יפה שלעזינגער איז א באקאנטע משפחה פון רבנים אין אונגארן, מחברים פון צענדליגער ספרים, אייניקלעך פון רבי ישראל דוד מרגליות יפה בעל מחולת המחניים וועגן טיילונג, ולמעלה בקודש רבי משה לייב צילץ ראב"ד ניקלשבורג מחבר ספר שו"ת מילי דאבות.

ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון הרב אהרן פישער פון בארא פארק.

ער שרעקט זיך נישט פון קיין פירמע, פערזאן, רעקלאמע, אפילו מ'ווייסט וועלכע יחיד ס'שטייט דערונטער. ער מאכט נישט חוזק פון דעם מענטש פערזענליך חלילה, נאר פון דער פעולה וואס יענער טוט.

א דוגמא: פאר שבועות פון די קאלערפול עד'ס פון מילעכיג'ס, ל"ג בעומר די "פייער-סעיל'ס", ער לייגט דאס אראפ אזוי פשוט, אז מען מוז לאכן און וואסערע עולם הדמיון מ'לעבט היינט.

ער איז משונה'דיג פונקטליך, ער האט שיעורים יעדע וואך איינס נאכן צווייטן, מיט אן אפרוק פון 10 מינוט, לדוגמא דער שיעור יעדן זונטאג אויף תפלה, וואס לויפט פון 9:30 ביז 10:50 צופרי, דערנאך איז 10 מינוט הפסקה, און "פונקט" 11:00 לערנט ער שוין פאר מנחת חינוך. און דאס זעלבע ליל ששי דער גמרא שיעור מיטן "סדרה-שיעור", שבת נאכמיטאג פרקי אבות ועוד, וואס איז ממש געריקט איינס פונעם צווייטן מיט אפאר מינוט.

דאס אינטערעסאנסטע איז, אז יעדער שיעור האט אן אנדער גאנג. איינער לערנט ער פאר מיט הסבר, דאס צווייטע מיט ראשונים, דאס שטאַט, די אנדערע שנעל. ס'איז צו באוואונדערן.


זיינע רבי'ס

ער איז זייער א נאנטער תלמיד צו הרב יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל ביי וועמען ער האט געלערנט אלס בחור, און פון הרב חיים פלאהר וואס אין זיין כולל האט ער געלערנט פיל יארן אין מאנסי.


ענגליש

כאשטיג ביי זיך אינדערהיים און אין זיין קהילה רעדן אלע ענגליש, רעדט ער אבער נאר אויף אידיש ביי דרשות, און איז בשום אין אופן נישט מסכים צו רעדן אויף ענגליש, נישט עובר צו זיין אויפן חרם פון חת"ם סופר וואס איז זיין זיידע נישט צו דרש'ענען אויף דער גוי'אישער שפראך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!