רוי:רבי דוד שפירא (בוקאווסק)
רבי דוד שפירא זצ"ל (ה' שבט ה'תרל"ז - כ"ט שבט ה'תרפ"ד), רב אין בוקאווסק.
אפשטאם
רבי דוד איז געבוירן ה' שבט ה'תרל"ז, צו זיין פאטער הרב מאיר יהודה שפירא, רב אין בלאזאוו, א זון פון הרב דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון הרב ישראל אן איידעם פון הרב חיים האגער פון קאסאוו.
רבנות
אין יאר ה'תרס"ט נאך די פטירה פון זיין פאטער איז רבי דוד געווארן רבי אין בוקאווסק אויף זיין פאטער'ס ארט, ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי דוד אנטלאפן אונגארן, ווען ער איז צוריק געקומען קיין גאליציע, האט ער זיך באזעצט אין סאנוק ביי זיין שוואגער.
רבי דוד איז געווען אין סאנוק א פערזענליכער גוטער פריינד פון דארטיגן רב, הרב יהודה מאיר שפירא, כאטש רבי דוד איז געווען א קעגנער פון דעם געדאנק פון אגודת ישראל.
הסתלקות
פאמיליע
רבי דוד האט געהייראט בזיווג ראשון מרת בינה א טאכטער פון הרב יהושע הורוויץ, רב אין דזשיקאוו. זי איז נפטר געווארן ח' סיון ה'תר"ע. זייער קינדער:
- הבחור חיים שפירא.
- מרת חיה לאה, די ווייב פון הרב משה יוסף טייטלבוים א זון פון הרב ברכיה טייטלבוים רב אין אוהעל.
- מרת רחל מינא, די ווייב פון הרב אלעזר פרעסער פון ברוקלין.
בזיווג שני האט רבי דוד געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים רב אין סיגעט. זייער קינדער:
- הרב משה שפירא רב אין טראווע.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר