רוי:רבי דוד האלבערשטאם (סאקאלאוו)

ווערסיע פון 21:42, 31 מערץ 2011 דורך YI>פוילישער (צוויי מקורות ברענגען די פטירה אין תרצ"ה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי דוד האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרל"חה'תרצ"ה), רב אין סאקאלאוו.

אפשטאם

רבי דוד איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרל"ח, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם רב אין שינאווא, א זון פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

רבנות

אין יאר ה'תר"ס איז רבי דוד געווארן רב אין סאקאלאוו. ביים ערשטן וועלט קריג איז רבי דוד אנטלאפן קיין וויען.

הסתלקות

רבי דוד איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרצ"ה[1][2] (אומגעפער), און ער ליגט אין אמעריקא.

פאמיליע

רבי דוד האט געהייראט מרת רעכיל א טאכטער פון הרב אברנם אבלי אינגבער, פון ריישא, זי איז אומגעקומן אויף קידוש השם הי"ד. זייערע קינדער:

  • הרב יחיאל מיכל האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב שלמה ?, זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם מיט זייערער קינדער שלמה און ליפטשע, הי"ד.
  • מרת הינדא מירל ( - כ"ד אדר ב' ה'תש"ג), זי איז אומגעקומן אויף קידוש השם מיט איר צען יעריגן זון, הי"ד.
  • הבחור אברהם אבא האלבערשטאם, ער איז אומגעקומן אויף קידוש השם, הי"ד.

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג.
  2. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 410, ירושלים תשנ"ה