רוי:דאו זשאונס

ווערסיע פון 09:54, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
טעקע:Dow Jones logo.svg.png
דאו זשאונס לאגא

דאו זשאונס & קאמפאני איז א אמעריקאנער פובלישונג און פינאנציעלער אינפארמאציע פירמע.

די פירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1882 דורך דריי רעפארטערס: טשארלס דאו, עדווארד זשאונס, און טשארלס בערגסטרעסער.

זיי פארמאגן און פארעפנטלעכן צווישן אנדערע די פרעסטיזשפולע טעגליכע ביזנעס צייטונג וואל סטריט זשורנאל, די וואכענטליכע בעראנס מאגאזינע און נאך עלעקטאראנישע פינאנציעלע אינפארמאציע סערוויסעס.

ווי די ניו יארק טיימס און וואשינגטאן פאסט זענען די אקציעס פון דער קאמפאני פובליקלי געהאנדלט אבער עס איז אנגעפירט און אונטער דעם בעלות פון זעכציג פראצענט שעיר האלדערס וואס פלעגט יארן לאנג באלאנגן צו די בענקרפעט פאמיליע. היינט צוטאגס זינט 2007 איז דאס פארקויפט געווארן פאר רופערט מארדאקס ניוז קארפ פאר 5 ביליאן דאלער.