רוי:גראד (טעמפעראטור)

ווערסיע פון 09:54, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

א גראַד אדער שטאַפל איז דער איינצהייט מיט וואס מען מעסט טעמפעראטור. מען ניצט דעם סימבאל ° צוזאמען מיט דער ערשטער אות פונעם נאמען פון דער סקאלע, למשל “C°” פאר גראד צעלזיוס (Celsius). וואס העכער דער נומער וואס הייסער עס איז.

די עיקר סיסטעמען פון מעסטן טעמפעראטור זענען צעלזיוס און פֿאַרנהייט; וויסנשאפטלער ניצן די קעלווין סקאלע.

טעמפעראטור סקאלעס געמאסטן אין גראד

פארשפרייטע סקאלעס וואס מעסטן טעמפעראטור אין גראד זענען:

פארגלייכונגען

  • קאכפונקט פון וואסער: ‎100.0 °C / 212.0 °F
  • שמעלצפונקט פון אייז: ‎ 0.0 °C / 32.0 °F
  • מענטשלעכער קערפער טעמפעראטור: ‎ 37.0 °C / 98.6 °F
  • צימער טעמפעראטור: ‎ 20 - 25 °C / 68 - 77 °F