רוי:געזעלשאפט פון פריינט

ווערסיע פון 07:22, 15 מאי 2017 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

די רעליגיעזע געזעלשאפֿט פון פֿריינט, אויך באוואוסט מיטן נאמען קוועקער, איז א גרופע פון רעליגיעזע קריסטן וואס האלטן מ'דארף הערן וואס איז דער רצון פון גאט און זיך פירן לויט דעם.

די באוועגונג איז געגרינדעט געווארן אין ענגלאנד אין דעם 17טן יארהונדערט. מ'האט זיי גערודפט, און א גרויסער טייל זענען ארויסגעפארן קיין אמעריקע. איינער פון זיי, וויליאם פען, האט אויפגעשטעלט דעם שטאַט פון פענסילוועניע.

היינט געפינען זיך די קוועקער אין קעניע (דאס לאנד מיט דער גרעסטער צאל קוועקער), אוגאנדע, באליוויע, בורונדי, גוואטעמאלע, טייוואן, נעפאל, פאראיינגטע קעניגרייך, פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע. אין דער גאנצער וועלט זענען פאראן עטלעכע 377,000 קוועקער היינט.

Stub general.png דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.