רוי:געדרוקטער שטראמקרייז
א געדרוקטער שטראמקרייז (ענגליש: Printed Circuit Board, אין ראשי תיבות: PCB) איז א טאוול אויף וואס ליגן עלעקטראנישע קאמפאנענטן וואס שאפן א שטראמקרייז. די קאמפאנענטן זענען פארבונדן און עלעקטרישע דראטן, נאר מיט קופערנע פאַסן וואס זענען געדרוקט אויפן טאוול, געמאכט פון א מאטעריאל וואס פירט נישט דורך. געדרוקטע שטראמקרייזן זענען נישט טייער, און אין אלגעמיין זייער געטרוילעך.
דער געדרוקטער שטראמקרייז קומט אויסצוטוישן די אלטע סיסטעם פון פארבינדן עלעקטראנישע קאמאפאנענטן מיט דראטן, א טייערע, פאמעלעכע און פארפלאנטערטע סיסטעם געמאכט מיט דער האנט.
א געדרוקטער שטראמקרייז קען זיין איינזייטיק (מיט איין קופערנער שיכטע), צווייזייטיק (מיט צוויי קופערנע שיכטעס) אדער פילזייטיק. די פארשידענע שיכטעס ווערן פארבונדן דורך לעכער.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|