רוי:גדי אייזנקאט

ווערסיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
גענעראל גדי אייזנקאט

גַדי אייזנקאט (העברעאיש: גדי איזנקוט; געב' דעם כ"ב אייר ה'תש"ך, 19טן מיי 1960) איז געוועזן דער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל צווישן 2015 און 2019. ער האט איבערגענמען פון בעני גאנץ דעם 16טן פעברואר 2015. ער איז פריער געווען קאמענדאנט פון גולני בריגאדע.

ביאגראפיע

גדי אייזנקאט איז געבוירן געווארן אין טבריה, אין יאר 1960, דער צווייטער פון פיר קינדער פון זיינע עלטערן מאיר, פון מאראקעש פון מאראקא, און אסתר, פון קאזאבלאנקע-מאראקא.

ער איז געווארן מאביליזירט אין נאוועמבער 1978 אין דער גולני בריגאדע, און שפעטער איז ער געווארן קאמנדאנט פון דער בריגאדע. ער האט טייל גענומען אין די קאמפן ערשטע לבנון מלחמה און די צווייטע לבנונישע מלחמה.

ער האט געדינט אלס קאמאנדיר פון צפון פראנט, אלס קאמאנדיר פון יהודה ושומרון דיוויזיע. ער געווען וויצע־שעף אונטער בני גאנץ.

משפחה

ער מיט זיין ווייב חנה אייזנקאט האבן פינעף קינדער, רותם, יעל, גיא, ורד און גל.

מלחמות און קאמפן

אין אייזנקאטס תקופה האט צה"ל געקעמפט אין די פאלגנדע מלחמות און קאמפן:

פריערדיגער:
ערשטער
שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל
2019 - 2015
נאָכפאלגער:
אביב כוכבי