רוי:גד

ווערסיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
גד (ציכונג)
גד בול פון דואר ישראל

גד (געבוירן י' חשוון ב'קצ"ח לויטן סדר עולם רבה) איז געווען דער זיבעטער זון פון זיין פאטער יעקב אבינו און דער עלטערער זון פון זיין מוטער זלפה.

זיינע אפשטאמלינגען זענען שבט גד. דער מקור פון דעם נאמען ווערט געברענגט אין פסוק אין בראשית: וַתֹּאמֶר לֵאָה: בגד (בָּא גָד); וַתִּקְרָא אֶת-שְׁמוֹ גָּד. בראשית ל יא

די קינדער פון גד זענען געווען: צִפְיוֹן, חַגִּי, שׁוּנִי, אֶצְבֹּן (במדבר, כ"ו: אוני), עֵרִי, אֲרוֹדִי וְאַרְאֵלִי. (בראשית מ"ט, טז)

יעקב'ס ברכה צו זיין זון גד פאר זיין פטירה: גָּד, גְּדוּד יְגוּדֶנּוּ; וְהוּא, יָגֻד עָקֵב. בראשית מט יט


משה רבנו'ס ברכה צו גד: ולגד אמר ברוך מרחיב גד, כלביא שכן וטרף זרוע אף קדקד. דברים לג כ