רוי:גאמאל אבדול נאסער

ווערסיע פון 02:20, 9 מאי 2019 דורך 84.99.120.74 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
גאמאל אבדעל נאסער

גאמאל אבדעל נאצער (ה'תרע"ח - ה'תש"ל (15טן יאנואר, 1918 - 28סטן סעפטעמבער, 1970) איז געווען דער פרעזידענט פון עגיפטן פון ה'תשי"א (1951) ביז זיין שטארבן אינעם יאר תש"ל.

ער האָט געבויט די אסוואן דאמבע און צוריקגעקערט דעם סועץ קאנאל (וואס איז געווען אונטער דער בריטישער מאכט) צו די עגיפטן. גלייך נאך דעם (ה'תשי"ז) האט אויסגעפלאצט די סיני מלחמה צווישן ישראל מיט דער הילף פון בריטאניע און פראנקרייך פון איין זייט, און עגיפטן פון דער צווייטער זייט. אין דער סיני־קריג איז מצרים דורכגעפאלן.


זעקסטאגיקע מלחמה

נאסער איז געווען דער פאראנטווארטלעכער צו דער זעקסטאגיקער מלחמה (אין יאר ה'תשכ"ז) וואס האט אויסגעפלאצט נאך וואס נאסער האט אריינגעשיקט גרויסע מיליטער־גרופעס אין סיני און פארשיקט פון דארט די יו ען כדי צו אנשרעקן ישראל.

אין דעם קריג האט נאסער פאראייניקט דריי אראבישע לענדערסיריע, יארדאניע און איראק—צו קעמפן קעגן ישראל. די מלחמה האט זיך געענדיקט מיט מצרימס דורכפאל.

זיין נאכפאלגער איז אנוואר סאדאט.

פריערדיגער:
ערשטער
פרעזידענט פון עגיפטן
1951-1970
נאָכפאלגער:
אנוואר סאדאט