גאַמאַ (אייבערשטער פֿאל Γ, אונטערשטער פֿאל γ; גריכיש: γάμμα) איז דער דריטער אות אין דעם גריכישן אלפֿאבעט. אין דער סיסטעם פֿון גריכישע נומערן האט ער דעם ווערט 3. ער שטאמט פון דעם גימל אין כתב עברי. די לאטיינישע בוכשטאבן C און G און די קירילישע בוכשטאבן Г און Ґ קומען פון גאמא.