רוי:גאון

ווערסיע פון 09:52, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

גאון מיינט געווענליך אויף א זשעני, די ווארט גָאוֹן אינעם טריקענעם אפּטייטש שטאַמט פון לשון קודש וואס דאס מיינט "שטאלצע עהרע", אזוי ווי "גאון ועוז".

אינעם חרדישען לעקסיקאן איז עס א טיטול דוקא פאר תלמידי חכמים, לויט מאנכע האט מען אויסגעקליבן דעם ווארט וויבאלד ער איז בגימטריא "זעכציג", וואס דארף סימבאליזירן די זעכציג מסכתות אין ש"ס.

דער ווארט גאון קען מיינען איינע פון די מנהיגי ישראל און די תקופת הגאונים,

היינט צוטאגס ווערט הגאון באניצט צו באטיטול סיי ווער וואס צייכענט זיך אויס מיט זייער בקיאות און חריפות אין די תורה הקדושה, אפגעזעהן צו זענען חסידים אדער מתנגדים.

היינט צוטאגס ווערט דער טיטל 'גאון' באניצט צו באטיטלען דעם אלגעמיינעם תלמיד חכם וועלכער איז באקאנט אין די תורה הקדושה מער ווי דעם פשוט'ן בעל הבית. אויך איז געווארן איינגעפירט צו נוצן דעם טיטל אויף יעדן בנן של קדושים און רבי'ש אייניקל.

אינעם מאדערענעם העברעאיש

אין עברית מיינט דער ווארט 'גאון' א געניאלער מענטש, וואס אויף ענגליש רופט מען א דשיניעס, צום ביישפיל אלבערט איינשטיין איז באטיטלט אין עברית א גאון, כאטש וואס עס קלינגט זייער ענליך איז עס אין גאנצן אן אנדערע באגריף ווי די וואס די פרומע אידן נוצן דאס ווארט גאון. ביידע באדייטן זענען זייער ווייט פון דעם טרוקענעם אפטייטש וואס מיינט שטאלץ.

זעט אויך