רוי:רבי יצחק מאיר העשל (זשינקאוו)

ווערסיע פון 09:15, 9 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי יצחק מאיר העשל (זשינקאוו) צו רוי:רבי יצחק מאיר העשל (זשינקאוו) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רבי יצחק מאיר העשל זצ"ל (ה'תקל"ו - א' אדר ה'תרט"ו), פון זשינקאוו.

אפשטאם

רבי יצחק מאיר איז געבוירן אין יאר ה'תקל"ו, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל רב אין אפטא דער "אוהב ישראל", און צו זיין מוטער מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב יעקב פון טיטשין.

רבנות

רבי יצחק מאיר איז געווען די רעכטע האנט פון זיין פאטער, פון יאר ה'תק"ס איז רבי יצחק מאיר געווארן רב אין קאלבאסאוו, יארן שפעטער האט ער אנגענומען דאס מגידות אין זשינקאוו. דאס וואוינען אין זשינקאוו איז אים זייער געווען צום הארצן וויבאלד ס'איז נישט געווען דארט קיין קירכע.

הסתלקות

רבי יצחק מאיר איז נפטר געווארן א' אדר ה'תרט"ו.

פאמיליע

רבי יצחק מאיר האט געהייראט מרת מירל ( - י"ג מנחם אב ה'תר"ד) א טאכטער פון הרב חיים יעקב שטראם רב אין דוקלא. זייערע קינדער:

  • מרת רחל, די ווייב פון הרב שמואל אשכנזי פון קאלוש.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!