רוי:שווארצע שאכטל

ווערסיע פון 00:36, 9 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט שווארצע שאכטל צו רוי:שווארצע שאכטל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

שווארצע שאכטל אדער בלעק-באקס איז א צווילינג פון סאפיסטיקירטע שטימע און דאטא רעקארדירער וועלכע זענען א טייל פון יעדע קאמערציאלע פליגער פילאט קאבינע וועלכע איז געבויט דורך שטארקע מאטריאל עס זאל קענען איבערלעבן אן עקסידענט כדי פארשער זאלן קענען אנאליזירן.

דאס רעקארדירן און איר טעכנאלאגיע

היסטאריקערס זאגן אז די רייט ברידער האבן שוין פיאנירט פלייט דאטן רעקארדער אין זייערע ערשטע פליגער מאדעלן וועלכע האט רעקארדירט די פארשטעלונג פון די צוויי פראפעלערס אויף וועלכע יענע פליגער האבן אפערירט. וויאזוי אימער, האט מען ערשט אנגעהויבן נוצן שטימע רעקארדירער נאך דעם צווייטן וועלט קריג און אין 1960 איז ערשינען די אזויגערופענע "שווארצע שאכטלעך" וועלכע האבן אנגעהויבן אינסטאלירט ווערן אין אלע פליגער פון די וועלט און עטליכע פירמעס האבן דאס פראדוצירט און פארקויפט.

עס זענען פאראן צוויי ערליי שטימע רעקארדירער. די ארגינעלע שטימע רעקארדירער פון 960' איז גארנישט אנדערש ווי א טעיפ-רעקארדער וועלכע דרוקט איין די שטימעס אויף מאגנאטישע בענדלעך. אבער אין די אנפאנג 1990ער יארן איז ערשינען די "סאליד סטעיט מעמארי באורדס" וועלכע נוצן א פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וועלכע מיר וועלן באטראכטן אינעם נעקסטן פאראגראף. היינט צו טאג פארמאגן שוין רוב פליגער די נייע סארט שטימע און דאטא רעקארדירער אבער פונדעסטוועגן זענען נאך פאראן אסאך אלטע פליגער, ספעציעל אין נאכגעלאזענע לענדער, וועלכע האבן נאך אינסטאלירט די אלטע ארגינעלע רעקארדירער.

די נייע סאליד סטעיט רעקארדירער איז א קאמפיוטערייזד שאכטל וועלכע פארמאגט קליינע מעמארי טשיפס און נאך אנדערע קאמפיוטערייזד קאמפאנענטן. דער הויפט מעלה דערפון איז אז קיינע פון די קאמפאנענטן זענען נישט רירנדיג וואס גיט בעסערע שאנסן אז עס זאל איבערלעבן א עקסידענט און פארלאנגט אויך כמעט נישט קיין באהאנדלונג וועלכע איז געווען א וויכטיגע זאך ביי די ארגינעלע רעקארדירער. דער רעקארדירער באשטייט פון א שטארקע שאכטל און א צאל מעמארי באורדס וועלכע זענען גרויס 1.75 אינטשעס ביי איין אינטש. די שאכטלעך קענען רעקארדירן א מאקסימום פון 2 שטונדן אויף די שטימע רעקארדירער און 25 שטונדן אויף די דאטן רעקארדירער.

פלי דאטן רעקארדירער

יעדע פליגער איז עקוויפטעט מיט טויזענטער סענסארס וועלכע רעקארדירן אלע סארט אינפארמאציע וועלכע דער פילאט נויטיגט זיך צו וויסן ווי ספיד, די פליגלן פאזיציעס, ספיד ארויפציען, טעמפרעאטורן פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, לופט דרוק, די מאטארן פארשטעלונג, און נאך צענדליגער וויכטיגע זאכן. די אלע סארט אינפארמאציע ווערט כסדר רעקארדירט אויפ'ן פלייט דאטא רעקארדירער און ווען עס ווערט איבערגעפילט מעקט זיך אויס די אלטע און די פרישע ווערט רעקארדירט אזוי אז שטענדיג זאל דער פליגער האבן אלע אינפארמאציע אויף טעיפ פון די לעצטע צאל שטונדן. די ארגינעלע רעקארדירער האבן נאר געקענט רעקארדירן 100 פאראמיטערס ( א וועג פון רעכנען דאטא) פון אינפארמאציע ווען די נייע סאליד סטעיט רעקארדירער קענען רעקארדירן מער ווי 700 פאראמיטערס. די אלע אינפארמאציע פון איבער דעם גאנצ'ן פליגער ווערן געשיקט צו א ספעציעלע דיווייס וואס ליגט אונטער'ן פילאט'ס קאבינע און ווערט אנגערופן די פלייט דאטא עקוואזישן. די עקוואזישן שיקט ווייטער אלע אינפארמאציע וואו עס דארף גיין און שיקט זיי אויך צו די דאטא רעקארדירער וועלכע ליגט אינעם אונטערשט'ן טייל פונעם פליגער אונטער'ן וויידל. (אגב, ביידע רעקארדירער ליגן אונטער'ן וויידל ווייל יענער טייל פון דעם פליגער האט בעסערע שאנסן ארויסצוקומען ווייניגער געשעדיגט ווי דער פילאט'ס קאבינע).


פלייט שטימע רעקארדירער

די שטימע רעקארדירער רעקארדירט אלע געשפרעכן פון די גאנצע פלייט שטאב דורך עטליכע מיקראפאנען וועלכע זענען אינסטאלירט אינעם פילאט'ס קאבינע. די מיקראפאנען זענען זייער שארפע און וועלן קלאר אויפכאפן יעדע ריר און ווארט וואס עס הערט כדי מען זאל אויך קענען הערן וואספארא פיזישע באוועגונגן דער פילאט האט געטאן אין פאל פון אן עקסידענט. אין מערערע פעלער האבן די עקסידענט אויספארשער געזאגט אז זיי האבן קלאר געקענט הערן וויאזוי דער פילאט רוקט סוויטשעס זייער שנעל, פרובירנדיג צו טאן וואס ער קען אין די לעצטע מאמענטן. רוב פליגער פארמאגן 4 מיקראפאנען פון וועלכע 3 פון זיי ליגן אין די רעדע און הער מאשינען (העדסעט) וועלכע די פילאטן נוצן דורכאויס די פלייט (אין א קלענערע פליגער איז געווענליך נאר פאראן 2 שטאב מיטגלידער) און איינס אינעם צענטער פון די קאבינע. די היינטיגע שטימע רעקארדירער קענען רעקארדירן 2 שטונדן פון געשפרעכן און וועט כסדר אויסמעקן די אלטע און אזוי נאכאמאל און נאכאמאל און עס וועט שטענדיג בלייבן די לעצטע 2 שטונדן. די אלטע טעיפס האבן אויך ווידער רעקארדירט אבער האט נאר געקענט האלטן 30 מינוט פון געשפרעכן און איז שטענדיג געווארן אומקלארער און מיט דער צייט האט מען געדארפט טוישן די בענדלעך. ביידע שווארצע שאכטלעך באקומען זייער עלעקטריק קראפט פון איינע פון די צוויי קראפט קוועלער וועלכע יעדע פליגער נעמט פון די מאטארן. אין פאל די מאטארן מאכן פראבלעמען אדער לעשן זיך אויס וועלן זיך די רעקארדירער אויך פארלעשן און מען וועט נישט קענען הערן פון דארט און ווייטער אפילו אויב עס וואלט נאך געדויערט עטליכע מינוטן ביז ווילאנג דער פליגער קראכט.

אן אמת'ע שטימע רעקארדירער טראנסקריפט

אום יאנואר 00' האט אן אלאסקא עירליינס פלייט ,261 וועלכע האט זיך אויפגעהויבן פון מעקסיקא און האט געברויכט מאכן א קורצע אפשטעל אין סאן פראנציסקא, געקראכט אינעם פאציפיק אקעאן ביי די ברעגעס פון קאליפארניע א שעה און 45 מינוט אין איר פלייט, אומברענגנדיגע אלע 88 פאסאזשירן און שטאב מיטגלידער. נאך עטליכע טעג פון זוכענישן אין וואסער האט מען געפינען דעם שווארצן שאכטל וועלכע האט אנטהאלטן די שטימע רעקארדירער אין וועלכע די אויספארשער האבן אויסגעהערט די געשפרעכן צווישן דעם פילאט טעד טאמפסאן און דער ערשטער אפיציר (אדער קא-פילאט, וויאזוי איר ווילט עס רופן) וויליאם טענסקי און דער לאס אנדזשעלעס טראפיק קאנטראלירער. אט איז די טראנסקריפט פון די געשפרעכן: 4:09:55 טאמפסאן: צענטער, אלאסקא טו סיקסטי וואן. אונז זעמער, אוי, אין א דייוו דא, און איך האב פארלוירן קאנטראל. 4:10:33 טאמפסאן: יע! אונז האמיר אים צוריק אין קאנטראל דא. 4:11:43 טענסקי: וואס אימער אונז האמיר געטאן איז נישט גוט, טו דאס נישט נאכאמאל. 4:11:44 טאמפסאן: יע, נאו, עס איז אראפגעגאנגן, איך בין געגאנגן מיט'ן נאז אראפ. 4:11:48 טענסקי: אוי, ס'איז פיל ערגער ווי ס'איז געווען. 4:11:50 טאמפסאן: יע, מיר זענען אין א פיל ערגערן מצב יעצט. 4:14:12 דער פילאט רופט אויס אויף די מיקראפאן צו די פאסאזשירן: חברה, מיר האבן געהאט א קאנטראל פראבלעם מיר ארבעטן אויף דעם. 4:15:19 פילאט צום קאנטראל צענטער: אלאסקא 261 מיר זענען מיט אייך, מיר זענען 22,500 פיס הויך און מיר האבן פראבלעמען מיט דעם סטאביליזירער און מיר ארבעטן דערויף זייער שווער. 4:15:36 קאנטראל צענטער: אלאסקא 261 על. עי. צענטער ראדזשער א... איר האט קלאר געמאכט צום על.עי. צענטער לויט אייער יעצטיגע פאזיציע. 4:17:09 פלייט אטענדענט: אקעי מיר האבן געהאט א שטארקע שאקל אונטן. 4:17:15 טאמפסאן: איך מיין אז די סטאביליזירער ברום איז צעבראכן. 4:19:36 מען הערט א גאר הויכע גערודער. 4:19:43 טענסקי: מעידעי. 4:19:54 טאמפסאן: אקעי מיר זענען פארקרומט און יעצט דארפן מיר אים באקומען. 4:20:04 טאמפסאן שרייט: שטופ שטופ שטופ... שטופ די בלויע זייט ארויף. שטופ... 4:20:14 טענסקי: איך שטופ. 4:20:16 טאמספאן: אקעי, יעצט לאמיר שטויסן ראדער. לינקע ראדער, לינקע ראדער. 4:20:18 טענסקי: איך קען עס נישט דעגרייכן. 4:20:20 טאמפסאן שרייט: אקעי, רעכטע ראדער, רעכטע ראדער. 4:20:25 טאמפסאן: פליען מיר? מיר פליען! מיר פליען! זאג זיי וואס מיר טוען. 4:20:33 טענסקי: אוי, יע. לאמיך נעמען... 4:20:38 טאמפסאן: מיר דארפן עס דורכמאכן נאכאמאל. מיר פליען פארקערט. 4:20:54 טאמפסאן: ספידברעיקס. 4:20:55 טענסקי: איך האב עס. 4:20:56 טאמפסאן: עי, דא גייען מיר. 4:20:57 די רעקארדירונג ענדיגט זיך.


די שאכטלעך זעלבסט

אין זייער אסאך פליגער עקסידענטן זענען די שווארצע שאכטלעך געווען די איינציגסטע טייל פון דעם פליגער וועלכע איז ארויסגעקומען אומבאשעדיגט צוליב איר ספעציעלע געבוי וועלכע קען אויסהאלטן שווערע היץ, ווילדע קראכן, און זייער אסאך דרוק. די שאכטלעך זענען ווי א מויער צו די מעמארי קאמפאנענטן אינעווייניג וועלכע אנטהאלטן די אינפארמאציע וועלכע עס האט רעקארדירט. די ספעציעלע שאכטל איז צוזאמענגעשטעלט פון 3 מאטריאלן וועלכע זענען צוזאמען זייער שטארק גרייט צו באשיצן די אינערליכע אינפארמאציע. די ערשטע מאטריאל איז אלומינם וועלכע דעקט איבער די מעמארי טיילן מיט א דינע שיכט. די צווייטע מאטריאל איבער דעם איז א ספעציעלע אינסולעישן פון איין אינטש דיק וועלכע קען אויסהאלטן גאר הייסע טעמפרעאטורן צו באשיצן די מעמארי אין פאל עס ברעכט אויס א פייער נאך די קראך. די דריטע מאטריאל וועלכע ווערט געזען פון אינדרויסן איז געמאכט פון סטעינליס סטיל און קען אויך אנטהאלטן טיטאניום. יעדע שווארצע שאכטל וועלכע ווערט פראדוצירט פאר באנוץ ווערט ערשט אויספרובירט מיט די פאלגענדיגע מיטלן זיכער צו מאכן אז עס ארבעט טאקע. צום ערשט ווארפן זיי דאס אראפ לויט א געוויסע הויכקייט וועלכע איז שוין אזוי שטארק אז די ערד'ס צי קראפט מאכט דאס 3,400 מאל איר וואג. דערנאך לאזט מען אראפ א 500 פונטיגע שטיק אייזן פון 10 פיס הויך און דערנאך שטעלט מען ארויף דערויף 5,000 פונט וואג. אויב אלעס גייט כשורה שטעלט מען דאס אריין אין א ספעציעלע פייער פון איבער 2,000 דעגריס און מען לאזט דאס קאכן פאר מער ווי א שטונדע. דערנאך שטעלט מען דאס אריין אין א לופט געדרוקטע טאנק וועלכע פארמאגט געזאלצענע וואסער פאר 24 שטונדן, און צום לעצט גיסט מען ארויף דערויף אלע סארט כעמיקאלן וועלכע א פליגער קען אנטהאלטן.


אין פאל פון אן אקצידענט

כאטש די רעקארדירער ווערן גערופן "שווארצע שאכטלעך", זענען זיי אין פאקט גאר א שרייענדע אראנדזש קאליר וועלכע מאכט זיי גרינגער צו געפינען צווישן די ברוכווארג פון א געקראכטע פליגער. דער נאמען שווארצע שאכטל שטאמט פון אמאל ווען די שאכטלעך זענען טאקע געווען שווארץ. די אראנדזשע קאליר איז ספעציעל גאר מערקבאר אין וואסער וועלכע איז א וויכטיגע זאך ווייל רוב עקסידענטן פאסירן העכער'ן וואסער. (דער סיבה דערצו איז ווייל פליגער מוזן געזעצליך פארן ווי ווייט מעגליך העכער'ן וואסער כדי צו מינימיזירן די צאל טויטע אין פאל פון אן עקסידענט אויף די יבשה). אין צוגאב צו די שרייענדע קאליר פארמאגט יעדע שווארצע שאכטל א ספעציעלע טייל וועלכע אנטהאלט איך זיך א סיגנאליזירער וועלכע ווערט גערופן דער ביקאן. ווען די שאכטל ווערט אפגעטיילט פון די עלעקטריק קראפט וועט די ביקאן אנהייבן ארויסגעבן א אולטרעסאניק גערודער וועלכע איז ווי א סיגנאליזירער פאר די ספעציעלע ראדאר עקוויפמענט וועלע די רעסקיו ארבייטער נוצן דאס אפירצוזוכן. די ביקאן ארבעט אויף א באטערי וועלכע קען האלטן ביז 6 יאר. אין אסאך פעלער איז די באטערי געשעדיגט געוארן פון די אימפאקט און מען האט געמוזט אויפזוכן די שאכטלעך אן קיין ראדארן. אין די פאראיייגטע שטאטן ווערט יעדע אפירגעקומענע שאכטל געשיקט צו די נאציאנאלע טראנספארטאציע זיכערהייט באורד וואו עקספערטן באהאנדלן און פארשן אויס די אינהאלט פון די אינפארמאציע. די עקספערטן וועלן געווענליך צושטעלן די זעלבע טעמפרעאטור אין וועלכע עס איז געפינען געווארן פאר דאס פלאץ וואו די שאכטל וועט געשטעלט ווערן ווייל א שטארקע טויש אין טעמפרעאטור קען שעדיגן די מעמארי קאמפאנענטן. די פירמעס וועלכע פראדוצירן די רעקארדירער דעוועלאפן אויך א צווייטע טייל דערצו וועלכע איז געמאכט אויסצוהערן די דאטא דערפון. אין פאל פון אן עקסידענט שיקט די פירמע די מאשין צו די זיכערהייט באורד וועלכע טראנספערירן די דאטא צו א קאמפיוטער וואו עס ווערט שפעטער אנאליזירט, א פראדעצור וועלכע קען נעמען פון עטליכע טעג ביז עטליכע מאנאטן.


דער צוקונפט

די דעוועלאפערס פלאנען אויפצוקומען מיט א שטימע רעקארדירער וועלכע זאל אויך רעקארדירן ווידעא דאטא פונעם גאנצן פליגער פון די לעצטע 30 מינוט. די טעכנאלאגיע איז שוין פאראן און עס איז גאנץ מעגליך אז עס וועט צושטאנד קומען מיט דער צייט, ספעציעל זינט די סעפט. דעם עלעפטן היידזשעקינגס האט געעפענט א וועלט פון מעגליכקייטן פאר נייע טעכנאלאגיע איבער די זיכערהייט פון פליגער. אגב, שווארצע שאכטלעך זענען שוין היינט נישט נאר פאר פליגער. טייל אויטא פירמעס האבן דאס שוין אריינגעשטעלט אין זייערע אויטאס, אריינגערעכנט די וועלט'ס גרעסטע אויטא מאכער דזשי-עם וועלכע פארמגט עס שוין היינט אין טויזענטער פון אירע אויטאס. אויך אין אן אויטא קומט די אינפארמאציע גוט צוניץ פאר די פאליציי און אויספארשער וועלכע ווילן וויסן ווי שנעל דער אויטא איז געפארן בעפאר די עקסידענט און וואס עס האט זיך געטאן מעכאניש אין די לעצטע מאמענטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!