רוי:ראדיא גא גא

ווערסיע פון 00:04, 9 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט ראדיא גא גא צו רוי:ראדיא גא גא אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

ראדיא גא גא (ענגליש: Radio Ga Ga) איז א ענגלישע געזאנג קאמפאזירט דורך ראדזשער טעילער, רעקארדירט דורכן ראק באנד קווין און ארויסגעגעבן אלס סינגל אין 1984.

עס ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די בעסטע קווין היטס און ביי יעדע לייוו קאנצערט זינגען זיי דאס. ספעציעל איז דאס געווארן פאפולער נאך וואס פרעדי מערקורי האט דאס געזונגען ביים לייוו עיד קאנצערט און דער גאנצער עולם האט הערליך מיטגעקלאפט ביים פזמון.

די סינגל איז געווען א אלטוועלטליכע סוקסעס, מיטן אנקומען נומער צוויי אין בריטן, נומער זעכצן אין אמעריקע און נומער איינס אין ניינצן אנדערע לענדער.

באדייט

עס קריטיקירט די מוזיק אויפן ראדיא אז מען הערט נאר בלא בלא.

דער ליד באציהט זיך צו דעם וואס די טעלעוויזיע האט דאן איבערגענומען די פאפולערקייט פון די ראדיא וואו מען פלעגט בעפאר הערן מוזיק און לידער.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!