רוי:ערשטע עליה

ווערסיע פון 22:15, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט ערשטע עליה צו רוי:ערשטע עליה אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
עליות קיין ארץ ישראל
אין דער נייער צייט

עליות נאכן אויפשטעלן די מדינה:


די ערשטע עליה (וואס הייסט פויערס עליה) איז געווען די ערשטע גרופע פון ארום 25 טויזנט ציוניסטישע אידן וואס האבן עמיגרירט פון מזרח אייראפע און תימן קיין ארץ ישראל אין די נייע צייט צווישן די יארן ה'תרמ"א ; 1881 - ה'תרס"ג ; 1903. (דענסמאל איז ארץ ישראל געווען אונטער דער אטאמאנישער אימפעריע.)

פאר די אימיגראציע איז געווען נאך גרופעס וואס האבן עמיגרירט קיין ארץ ישראל ווי צ.ב.ש. בעלי התוספות אימיגראציע און תלמידי הגר"א אימיגראציע, אבער זיי האבן עמיגרירט אלס רעליגיעזע סיבות און נישט נאציאנאלישע סיבות אויף צו גרינדן א זעלבסטשטענדיקע יידישע מדינה.

די אימיגראציע האט פאסירט בשעת ווען ווולגארערע אידן (ארום 3.5 מיליאן) האבן עמיגירט פון מזרח אייראפע צו אנדערע לענדער פון דער גארער וועלט איבער הויפט צו די פאראייניגטע שטאטן, האבן א קליין טייל פון זיי עמיגירט קיין ארץ-ישראל.

די סיבות פון די אלגעמיינע אימיגראציע איז געווען אלס די ענגשאפט וואס איז געווען אין אייראפע פון וועגן די שנעלע וואקסונג פון די דעמאגראפיע (ליינט דארט) און אויך אלס די שרעקלעכע רדיפות און פאגראמען וואס די גויים האבן גערודפט די אידן.

רוב פון די עמיגראנטער האבן צום סוף זיך צוריקגעקערט קיין אייראפע, און נאר א טייל פון זיי איבערהויפט די תימענער (2.5 טויזנט) זענען געבליבן אין ארץ-ישראל.

א פערטל פון די עמיגראנטערס זענען געווען פויערס וואס האבן געארבייט אין לאנדווירטשאפט. ביי די עמיגראציע איז געגרינדעט געווארן 28 דערפער, פון זיי: ראשון לציון, פתח תקוה, ראש פינה און נאך...

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!