רוי:סאנט העלענע

ווערסיע פון 21:31, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט סאנט העלענע צו רוי:סאנט העלענע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
לאנגוואוד הויז, דאס פלאץ פון נאפאלעאן'ס טורמע

סאנט העלענע איז אן אינזל אינעם דרום אטאלאנטישן אקעאן וואס געהערט פארן פאראייניגטן קעניגרייך, אמאליגע צייטן איז דאס געווען גאר א סטראטעגישער אינזל, וואס דורך דארט האט מען קאנטראלירט אלע שיפן וועלכע זענען געפארן צו אזיע, און צוריקגעקומען מיט סחורה פון אינדיע, שפעטער ווען מען האט געגראבן דעם סועץ קאנאל האט סאנט העלענע פארלוירן איר וויכטיגקייט.

אין סאנט העלענע וואוינען היינט בערך 7000 מענטשן, די הויפטשטאט איז דזשעימסטאון.

אין סאנט העלענע געפינט זיך אויך דאס הויז אין וועלכן נאפאלעאן באנאפארטע איז געווען איינגשפארט, און דארטן געשטארבן. דאס איז איז פלאץ פאר טוריסטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!