רוי:מערב זייט

ווערסיע פון 20:52, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט מערב זייט צו רוי:מערב זייט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

די מערב־זייט (אָדער דער אַבענד־לאַנד) (Occident) געגענזאץ צו מזרח־זייט (אָדער מאָרגנלאַנד) (Orient) נאָמען פאר די וועסטליכע העלפט פון אייראָפּע, איינשליסענד דייטשלאַנד, ענגלאַנד, פראַנקרייך, איטאליע און די פּיראנעישע האַלב־אינזל. אין דער צייט פון דער רוימישער וועלט־הערשאַפט האָט קייסער טעאָדאָזיוס די לענדער געטיילט אין צוויי טיילן. באַטראַכטענדיק רוים אַלס דעם מיטלפּונקט פון דער ערד האָט ער געגעבען די לענדער וואָס ליגן ביי זונן־אונטערגאַנג אַ נאָמען מערב־מזרח־זייט. מיט דעם וואָרט מערב־זייט איז פארשטאַנען געוואָרען דאָס וועסט־רוימישע רייך, און מיט דעם וואָרט מזרח־לאַנד דאָס אָסט־רוימישע רייד. אַלס דאָס קריסטנטום האָט זיך צום ערשטן מאָל געשפּאָלטן איז דאָס מערב־זייט געבליבן ביים רוימיש־קאַטאָליציזם ווידער דאָס מזרח־זייט איז געוואָרן גרעכיש־קאַטאָליש.

קוואַלן

דער דאָזיגער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט "אַבענד־לאַנד" אין דער אַלגעמיינער אילוסטרירטער ענציקלאָפעדיע (באַנד 1), וואָס איז היינט אינעם רשות-הרבים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!