רוי:לעבן פארזיכערונג

ווערסיע פון 19:59, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט לעבן פארזיכערונג צו רוי:לעבן פארזיכערונג אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

לעבן־פארזיכערונג (ענגליש: Life insurance, העברעיש: ביטוח חיים) איז אן השערה פון אן פארזיכערונג געזעלשאפט איבער די ריזיקע פון דער טויט פון דעם פאליסי האלטער. אין אידיש גערעדט איז עס א פארזיכערונג פאליסי גענוי ווי אלע פארזיכערונג פאליסיס וועלכע איז פארשריבן אויפ'ן לעבן פון א מענטש און אויב יענער שטארבט באקומען זיינע איבערלעבער דאס געלט.

מיט עטליכע זאכן איז א לעבן־פארזיכערונג אבער יא אנדערש פון אלע אנדערע פאליסיס. ערשטס אז קיין איין פאליסי האלטער האט נאך נישט איבערגעלעבט זיין קאמפענסאציע און צווייטענס אז עס איז נישט פאראן דערין קיין האלבע שאדן, אויב איז עס פאראן א תביעה איז עס א גאנצע תביעה.

די דריטע זאך איז אז כמעט יעדע פאליסי ענדיגט זיך לטובת דעם פאליסי האלטער וועלכע איז טאקע שוין נישט אויף דער וועלט אבער באקומט שטענדיג מער וויפיל ער האט איינגעצאלט. די פארזיכערונג פירמעס פארלירן אבער אויך נישט נאר זיי מאכן גאר אסאך געלט ווייל זיי מאכן זיכער אז יעדער איינצאלער צאלט איין מער וויפיל ער קען ארויסנעמען ביי די ענדע פון זיין לעבן ווען זיי רעכנען אריין אלע אינטערעסט רווחים וואס זיי פארדינען במשך די יארן. פארשטייט זיך אז עס זענען פאראן אסאך פאליסיס וועלכע ענדיגן זיך מיט טראגעדיעס ווען מענטשן גייען יונגערהייט, אבער אנשטאט דעם זענען פאראן פיל מער פאליסיס וועלכע ווערן קיינמאל נישט אפגענומען צוליב פארשידענע סיבות ווי מיר וועלן שפעטער זען. הקיצור, די לעבן־פארזיכערונג פירמעס מאכן אסאך געלט און די פאליסי האלטער באקומען דערפאר א גוטע פאליסי און ביידע פארדינען דערפון.


לעבן־פארזיכערונג פאר וועמען?

לעבן־פארזיכערונג איז געאייגענט פאר יעדע פרנסה ברענגער פון א פאמיליע וועלכע איז געווענליך דער טאטע. אויב א טאטע שטארבט זאל זיין פאמיליע וועמען ער האט געשפייזט נישט בלייבן אויפ'ן וואסער און קענען האבן ברויט צו עסן און קליידונג פאר די קינדער. א לייף אינשורענס פאליסי קען זיין פון קליין געלט ביז גאר גרויסע סכומים געוואנדן לויט די פאליסי וואס מען קויפט. דורכשניטליכע מענטשן מאכן זיך א חשבון וויפיל די קאסטן פון זיין פאמיליע באטרעפט א יאר און קויפט א פאליסי וועלכע זאל קענען שפייזן זיין פאמיליע צום ווייניגסטענס ביז אלע זיינע קינדער שטעלן זיך אויף די אייגענע פיס. טייל מענטשן קויפן אבער גאר גרויסע פאליסיס פון מיליאנען דאלארן וועלכע איז לויט אלע דעות אן אומוויכטיגע זאך אבער מענטשן טוען דאס נאך אלץ צו פארצוקערן א צרה אין פאל אויב עס פאסירט.

יעדער קען קויפן א לעבן־פארזיכערונג פאר יעדן אבער דער בענעפיטירער וועט שטענדיג מוזן דורכגיין א טעסט איבער זיין געזונט מיט וועלכע די אינשורענס פירמעס מאכן זיכער אז יענער איז א געזונטע מענטש וועלכע האט גאר ווייניג שאנסן צו שטארבן. מענטשן וואס רייכערן דארפן צאלן מער געלט ווייל אזעלכע מענטשן זענען ענדערש אויסגעשטעלט צו מחלות און דאס זעלבע איז מיט יעדע פראבלעם וואס א מענטש האט מיט זיין געזונט.

דער פרייז פאר לייף אינשורענס איז בעיקר געוואנדן לויט די עלטער פון דעם בענעפיטירער און ווי פריער מען קויפט דאס אלס ביליגער קאסט דאס. דער חשבון איז פשוט ווייל עלטערע מענטשן זענען נענטער צום טויט וואס מיינט אז עס וועט איינגעצאלט ווערן ווייניגער ווי א פאליסי פון א 40 יעריגער מענטש. א פאליסי פאר א יונגע מענטש איז זייער ביליג ווייל די צייט פון די פאליסי איז גענוג לאנג אז די אינשורענס פירמע זאל פארדינען גענוג אינטערעסט אין נארמאלע אומשטענדן.


לעבן־פארזיכערונג קאמפענסאציע

רוב לעבן־פארזיכערונג פאליסיס ווערן געקויפט פון מענטשן וועלכע קויפן דאס פאר זיך אליינס און דארפן איינשרייבן פאר וועמען די קאמפענסאציע זאל גיין ווען עס וועט קומען די צייט. פארשטייט זיך אז די יורשים זענען די וואס נעמען אפ די געלטער אבער אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס ביים איינשרייבן אזוי קאמפליצירט איז עס ביים ארויסנעמען און אפילו אויב דער אגענט וועט אייך אויפווייזן אויף אלע סארט וועגן וויפיל מענטשן האבן אין פאקט באקומען קאמפענסאציע איז דאס נאר א געוויסע פראצענט און גאר גרויסע פראצענטן פון פאליסיס ווערן קיינמאל נישט אפגענומען צי ווייל זיי טרעפן א פערלעצונג אינעם בענעפיטירער ווי אז ער האט גערייכערט וכדומה אדער ווען זיי באשטעטיגן נישט די יורשים, און אין גאר אסאך פעלער ווען די יורשים פארגעסן גאר דערפון און פארשפעטיגן די צייט וואס מען קען עס תובע זיין און אין געוויסע פעלער ווייסט קיינער אפילו נישט אז יענער האט געהאט א פאליסי און אפילו ווען יא ווייסט ער נישט מיט וועמען און וועמען צו פארשטענדיגן דערוועגן.

לייף אינשורענס איז נישט געאייגענט פאר א ירושה און די וואס דארפן עס מער נישט איז עס אויסגעווארפן געלט ווייל מען קען מיט דאס געלט טאן בעסערע אינוועסטמענטס וועלכע קען ברענגן פיל גרעסערע רווחים. ווען א מענטש טראכט פון קויפן לייף אינשורענס דארף עס זיין נאר אויב ער איז דער פרנסה ברענגער אין שטוב און ער האט א פאמיליע וועלכע ער שפייזט. אויב זיינע קינדער זענען שוין אויף די אייגענע פיס איז די גאנצע פאליסי גארנישט ווערט.


היסטאריע פון לייף אינשורענס

לייף אינשורענס קען נישט צוריק גיין צו א געוויסן דאטום ווען איינער איז אויפגעקומען מיט אזא געדאנק ווייל נאך מיט הונדערטער יארן צוריק האבן קאמיוניטיס געמאכט ספעציעלע קאסעס אין וועלכע מיטגלידער האבן איינגעצאלט און ווען איינער איז געשטארבן האט מען ארויסגענומען געלט פון די קאסע און געצאלט פאר זיין פאמיליע.

דער געדאנק צו מאכן אינוועסטמענטס אויפ'ן חשבון אויב איינער וועט אומקומען איז ערפינדן געווארן אין פראנקרייך אינעם 17'טן יאר-הונדערט דורך אן איטאליענער באנקירער וועלכער האט אויסגעאבעט א לייף אינשורענס קאסע וועלכע האט געארבעט ווי א געמבל אין וועלכע מיטגלידער האבן איינגעצאלט יעדעס יאר און יעדע ענדע יאר האט מען צעטיילט די אינטערעסט צו די איבערלעבער פון איינעם וואס איז אומגעקומען דורכאויס די יאר. אין יענעם סיסטעם איז אבער געווען א געווינער און דאס איז געווען די פאמיליע פון דעם וואס איז די לעצטע אומגעקומען. יענע פאמיליע האט באקומען די אינטערעסט ווי אלע אנדערע און די גאנצע סכום געלט וועלכע איז געליגן אין די קאסע און יעדעס יאר האט מען אנגעהויבן דעם שפיל פון אנהויב.

דער געדאנק האט זיך פארשפרייט אויך צו אנדערע לענדער און אויף דעם יסוד איז געבויט געווארן דער קאנצעפט פון לייף אינשורענס. אסאך אייראפעאישע לענדער האבן שוין געהאט לייף אינשורענס פירמעס ביי די ענדע פונעם 17'טן יאר-הונדערט אבער עס איז געווען אן אומבאקאנטע זאך פון וועלכע ווייניג מענטשן האבן געוואוסט.

די ערשטע לייף אינשורענס פירמע אין אמעריקע איז געגרינדעט געווארן אין 759' אין פילאדעלפיע וועלכע איז געווען ספעציאליזירט פאר די ארימע פאמיליעס וועלכע האבן נישט געקענט אויסהאלטן איינע די אנדערע. אין יענע צייטן האבן רוב פאמיליעס געטאן ביזנעס אינאיינעם אין די פעלדער און ווען איינער פון די פאמיליע איז געשטארבן האט די איבעריגע פאמיליע אראפגעגעבן פון זייערע פארדינסטן פאר די איבערלעבער פון דעם פארשטארבענעם מיטגלידער. די ארימע פאמיליעס האבן אבער נישט געהאט גענוג געלט אוועקצוגעבן און האבן אנשטאט געקויפט לייף אינשורענס פאליסיס אין וועלכע זיי האבן איינגעצאלט קליינע סכומים יעדעס יאר און די פאליסי איז געוואקסן ווען די אינשורענס פירמע האט אינוועסטירט דאס געלט און צוריק געמאכט אינטערעסט.

היינט איז אן אנדערע וועלט און יעדער ווייסט שוין די דורכשניטליכע אינטערעסט ראטעס וועלכע מען קען באקומען פער יאר און דערפאר ווען מען קויפט א פאליסי איז עס שוין א פארטיגע פאליסי מיט א פוקטליכן סכום געלט אין קאמפענסאציע צי די מארקעט איז גוט געווען צי נישט.


פאליסי סארטן

לייף אינשורענס קומט אין פארשידענע פארמאטן און פאליסיס און יעדע פירמע קען זיך אויסשטעלן אן אינשורענס פאליסיס לויט זייער געשמאק. אט זענען די הופט פאליסיס וועלכע ווערן געקויפט דורך רוב מענטשן ארום די וועלט:

ארגינעלע לייף אינשורענס – ארגינעלע לייף אינשורענס ווערן פארקויפט אין פרימיום'ס פון $1,000 און דארפן באצאלט ווערן יערליך, צוויי מאל פער יאר, פיר מאל פער יאר, אדער יעדע מאנאט. די קאמפענסאציע קען זיין אן איינמאליגע סכום (לאמפ סאם קעש) אדער אנגייענדיגע הילף פאר די איבערלעבער. עס קען אויך געקויפט ווערן דורך א ביזנעס וועלכע וויל אינשורן דאס לעבן פון איר בעל הבית. זייער אסאך פון די ארגינעלע לייף אינשורענס ווערט פארקויפט אינאיינעם מיט אן אינוועסטמענט פלאן וועלכע בויט אויף א קעש וועליו וועלכע מען קען ארויסנעמען ווען עס פעלט זיך אויס.

גאנצע לייף אינשורענס – ווערט אנגערופן אין ענגליש האל לייף אינשורענס. דאס איז א פולע גאראנטירטע אינשורענס אין וועלכע דער אינשורער צאלט איין א גאנצן לעבן אבער איז פארזיכערט אז זיין איינגעצאלטע געלטער וועט נישט בלייבן שטעקן אין די פירמע אין פאל ער לאזט אפ דעם פאליסי ווייל ער דארף דאס געלט.

לימיטירטע פעימענט לייף אינשורענס – אין דעם פאליסי צאלט מען איין מער פון אנהויב אבער מען צאלט שנעלער אפ די גאנצע סכום און נאר א געוויסע צאל יארן ענדיגט זיך די פעימענטס און מען דארף נישט מער באצאלן.

ענדדאומענט אינשורענס – דאס איז א לייף אינשורענס אין וועלכע מען צאלט נאר א געוויסע צאל יארן און ווען די יארן ענדיגט זיך (געוועליך ביי 75 יאר) און דער פאליסי האלטער לעבט נאך באקומט ער דאס געלט און פארשטייט זיך אויב נישט באקומען זיינע יורשים סייווי דאס געלט. די סארט אינשורענס איז אן אינשורענס און אינוועסטמענט אינאיינעם וועלכע איז געווען זייער אויפגעכאפט אמאל אבער זינט פינאנציעלע פירמעס גיבן אויך גוטע אינוועסטמענט פאליסיס איז ענדאומענט אינשורענס געווארן אומפאפולער.

טורם לייף אינשורנעס – דאס איז א בלויזע אינשורענס פאליסי אין וועלכע די פאליסי לויפט פאר א געוויסע צאל יארן און ווען די פאליסי ענדיגט זיך איז עס אויס און יענער האט מער נישט קיין אינשורענס. דאס איז ספעציעל געאייגענט פאר א ראש המשפחה וועלכע קען זיך נישט ערלויבן צו קויפן לייף אינשורענס אבער איז דאך באזארגט קופט ער די סארט פאליסי ווילאנג זיינע קינדער שטעלן זיך אויף די אייגענע פיס און דאן לויפט אפ די פאליסי ווייל באמת דארף ער דאס מער נישט האבן.

דעביט לייף איישורענס – דאס איז אן ארגיענעלר לייף אינשורענס פאליסי אבער ווערט אויסגעארבעט דורך די ביזנעס פאר וועלכע מען ארבעט. יעדע וואך גייט אראפ א געוויסע סכום געלט פאר די אינשורענס און וויבאלד עס זענען פאראן מערערע ארבייטער וועלכע קויפן אלע די פאליסיס באקומט מען גוטע פרייזן און מען שפירט בכלל נישט אז מען צאלט ווייל מען נעמט עס אראפ בעפאר מען באקומט די געהאלט.

גרופע לייף אינשורענס – דאס קען זיין עטליכע ערליי אינשורענס פאליסיס וועלכע ווערט געמאכט צוישן א גרופע מענטשן וועלכע ארבעטן אינאיינעם אדער גוטע פריינט. וויבאלד די פאליסי ווערט געקויפט עטליכע אינאיינעם איז עס ביליגער גענוי ווי אלע אנדערע האלסעיל פראדוקטן. די גרופע לייף אינשורענס ווערט באנייט יעדעס יאר.

סעווינגס בענק לייף אינשורענס – דער געדאנק פון סעווינגס בענק לייף אינשורענס איז צו פארקויפן לייף אינשורענס פאר ביליגער דורך עלימינירן די אגענטן וועלכע נעמען אראפ גרויסע פראצענטן. די סארט אינשורענס ווערט אדמיניסטרירט דורך א צענטראלע ארגאניזאציע וועלכע שטעלט צו אלע סערוויסעס פאר די בענק וועלכע פארקויפן דאס און יעדער קען דאס נאכדעם קומען קויפן ביי זיין באנק.

רעגירונג לעבן־פארזיכערונג – די רעגירונג לעבן־פארזיכערונג איז געגרידעט געווארן ביי דער ערשטער וועלט קריג ווען די רעגירונג האט פארגעשלאגן פאר אלע סאלדאטן צו קויפן ביליגע לעבן־פארזיכערונג אין פאל זיי פאלן אין קריג און לאזן איבער זייערע פאמיליעס. די אינשורענס איז שפעטער פארקויפט געווארן אויך פאר די צווייטע וועלט קריג וועטעראנס אפילו אויב זיי האבן נישט געקויפט די פאליסי דורכאויס די קריג.


איז א לעבן־פארזיכערונג וויכטיג?

רוב מענטשן זענען ביי דער מיינונג אז עס איז א גוטע און וויכטיגע זאך צו האבן פאר'ן לעבן אבער צי עס איז ממש א "מוז" איז שוין עפעס אין פראגע. אן אויטא קען מען נישט אפערירן אויב מען האט נישט קיין אינשורענס ווייל עקסידענטן פאסירן אין די צענדליגער טויזענטער יעדן טאג, הויז אינשורענס מוז מען אויך האבן ווייל הייזער ווערן אויך געשעדיגט יעדן טאג, אבער לעבן קען אנגיין אפילו אויב מען האט נישט קיין לייף אינשורענס ווייל דער מענטש איז מוחזק צו לעבן און שטארבן איז אן אויסנאם און אפילו דעמאלט איז נישט זיכער אז די איבערלעבער וועלן דארפן האבן קאמפענסאציע געלטער צום לעבן ווייל די וועלט איז באשאפן געווארן אז די צייט און לעבן שטעלט זיך נישט אפ ווען עפעס פאסירט און די סטאטיסטיקס ווייזן אז רוב איבערלעבער האבן זיך געשאפן א נייע לעבן ביז עטליכע יאר.

נאך א סיבה פארוואס לייף אינשורענס איז נישט אזא וויכטיגע זאך איז די פאקטן פון דעם אינוועסטמענט. כמעט יעדער מענטש וואס קויפט סיי וועלכע סארט אינשורענס וועט דאס אמאל נוצן אין זיין לעבן ווייל א קאר צעקראכט זיך און אמאל פלאצט א רער אין א הויז. אבער לייף אינשורענס איז זעלטן מען זאל עס נוצן און פונדעסטוועגן צאלט מען די טייערסטע דערפאר. אין אונזער שפראך גערעדט איז עס א טייערע אינשורענס מיט מינימאלע סערוויס, אפגערעדט פון דעם אז קיינער דערלעבט נישט צו באקומען זיין קאמפענסאציע.

די איינציגסטע לעבן־פארזיכערונג פאליסי פון וועלכע מען קען פארדינען איז א גאנצע לייף אינשורענס וויבאלד די יערליכע איינצאלונגן זענען פריי פון שטייער און ווען די געלטער זאמלן זיך אן דורך אינטערעסט און מען ברויך מער נישט די פאליסי קען מען ארויסקעשן א ריווח.

אבער נאך אלץ איז פאראן בעסערע אינוועסטמענט געלעגנהייטן וועלכע ברענגן גרעסערע רווחים אפילו מען צאלט שטייער דערויף.

פאראן וואס טענה'ן אז דער קאנצעפט איז נאריש וויבאלד א מענטש איז מער נישטא נאך זיין טויט און עס איז נישט שייך צו שוינען די פאמיליע פון פאראויס אויף עפעס וואס וועט מעגליך פאסירן ווייל ווען מען איז טויט שפירט מען מער גארנישט. ליבשאפט איז נאר שייך צווישן לעבעדיגע מענטשן און עס איז פאלש צו זאגן אז מען טוט דאס צוליב ליבשאפט ווייל אין טויט איז מער נישט פאראן קיין ליבשאפט. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז די וואס קויפן א לייף אינשורענס טועi אקטן אויף זייערע יעצטיגע געפילן און נישט אויף רעאליטעט.

לעבן־פארזיכערונג אגענטן רעדן איבער מענטשן צו קויפן לעבן־פארזיכערונג דורך אפשרעקן מיט פארשידענע טראגעידעס וועלכע האבן פאסירט און לייגן עס אראפ ווי עפעס וואס איז פונקט אזוי וויכטיג ווי ברויט ביים טיש. מענטשן פלאגן זיך אפ יארן לאנג צו צאלן לייף אינשורענס און א דאנק דעם פעלט זיי אנדערע וויכטיגערע געברויכן און אין די ענדע וועלן 99 פראצענט מענטשן דאס סייווי נישט נוצן און גאר א גרויסע חלק גוט דאס אויף שפעטער ווען מען קען מער נישט באצאלן און דעמאלט איז דאך ממש א שאד פאר די אלע יארן וואס מען האט זיך אנגעפלאגט.

רוב פינאנציעלע עקספערטן זענען ביי דער מיינונג אז פרנסה קומט בעפאר א לייף אינשורענס. צו קענען צאלן די רענט גרינגערהייט איז פיל וויכטיגער ווי צו האבן א לעבן־פארזיכערונג ווייל טייל מענטשן האבן לעבן־פארזיכערונג אבער זיי האבן נישט קיין לעבן אויף וועלכע עס איז ווערט צו קויפן אן אינשורענס... אנדערע האבן טאקע נישט קיין לייף אינשורענס אבער זיי האבן כאטש א לעבן וועלכע איז גאראנטירט אויף 99.9 פראצענט און אלס א געזונטע מענטש איז ער מוחזק צו בלייבן לעבן כאטש ביז ער וועט מער נישט האבן קינדער אונטער אחריות.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!