רוי:רבי בצלאל הורוויץ
אפשטאם
רבי בצלאל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב נפתלי חיים הורוויץ, דער וואנדער רבי, א זון פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת יוכבד רבקה די טאכטער פון הרב משה אונגאר פון צאנז, אן איידעם פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.
רבנות
אין יאר ה'תרנה ווען זיין שוואגער רבי אלטער ישעיה דער דעמביצער רב איז נפטר געווארן, נישט איבערלאזונדיג קיין קינדער, האט רבי בצלאל געפירט א קאמפף אויף דעם רבנות פון דעמביץ מיט זיין שוואגער רבי שמואל, אומגעפעהר דריי יאר האט געצויגען דאס פייער ביז דער שינאווער רב האט ארויס גיגיבען א פסק אז דאס רבנות געהערט צו זיין שוואגער רבי שמואל, אבער זיין שוואגער דארף אויסצאהלן פאר רבי בצלאל דריי טויזנט גילדען אז רבי בצלאל זאל קענען ווערען רב אין פילזנא.
הסתלקות
רבי בצלאל איז נפטר געווארן יונג אין יאר ה'תר"ס (אומגעפער).
פאמיליע
רבי בצלאל האט געהייראט א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב ראובן הורוויץ רב אין דעמביץ. זייערע קינדער:
- מרת חיה [1] די ווייב פון הרב ברוך אברהם בלויגרונד, א זון פון הרב ישכר בלויגרונד, רב אין קאלוואריע.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ י"ג אורות מערכת שינאווא