רוי:יארצייט

ווערסיע פון 18:49, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט יארצייט צו רוי:יארצייט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

יאָרצייט אָדער יאָהרצייט איז דער טאג וואס לויפט אפ דעם יאר וואס א נפטר איז געשטארבן יענעם טאג. על פי הלכה ברויכט מען פאסטן און זאגן קדיש, אבער עס איז דער מנהג צו צינדן ליכט ווייל די נשמה האט א עלי' און צו געבן בראנפן צו טרינקן לחיים, ביי א תיקון נאכן דאווענען, און זיך וואונטשן אז די נשמה זאל ארויפגיין גרעסערע מעלות אין גן עדן.

מען פירט זיך אויך ארויפגיין צום קבר און לייגן א שטיין און זאגן קאפיטלעך תהלים און לערנען משניות.

א יארצייט פון א צדיק איז א "הילולא" ארויסצוברענגען זיינע תולדות און לערנען זיין תורה און זיך פרייען און לערנען זיין לעבן.

שבת פאר דער יארצייט

דער מנהג איז אז איינער וואס האט יארצייט בו ביום אדער די קומענדיגע וואך איז א חיוב פאר אן עליה שבת. ביי א סאך חסידים איז אויך דער מנהג מכבד זיין איינעם וואס האט יארצייט בו ביום אדער די קומענדיגע וואך מיט בענטשן ביי שלש סעודות.

וועבלינק

  • יארצייטן פון אלע צדיקים. נהורא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!