רוי:טויט

ווערסיע פון 18:27, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט טויט צו רוי:טויט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
גאָרטן פון טויט (Kuoleman puutarha) דורך הוגאָ סימברג (1890)

טויט איז די פערמאנענטע טערמינאציע פון ביאלאגישע פונקציעס וואס דעפינירן לעבעדיגע ארגאניזמען. דאס באטיטלט סיי דאס אקטועלע געשעעניש פון שטארבן און סיי דאס נאכאנאנדיגע מציאות פון טויט נאכן פארענדיגן דאס לעבן.

אידישקייט

נפטר

א טויטער איד ווערט אנגערופן א נפטר. דעריבער רופט מען א טויטן איד א "נפטר" ווייל ווען ער לעבט איז ער מחויב צו טון מצוות אבער נאכן טויט ווערט ער פטור.


ברוך דיין האמת

ברוך דיין האמת איז דער אידישער אויסדרוק נאכ'ן הערן א שלעכטע בשורה

ביי אידן מאכט מען אויף יעדער זאך א ברכה, וואס באדייט צו דאנקען און לויבן גאט.

און וויבאלד חז"ל זאגן "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה", מען דארף בענטשן גאט אויף שלעכטס פונקט ווי מען בענטשט אים אויף גוטס, דעריבער איז דער ספאנטאנער ענטפער ביים הערן פון עמיצן אז עס האט פאסירט א שלעכטע נייעס: ברוך דיין האמת!

קולטור

פאלקס ווערטער

עס איז דא א פאלקסווארט ווי אויף א טויטן באנקעס - ווייל באנקעס איז א מין סארט רפואה דורך ווארעמע ליידיקע גלעזער וואס האבן אויסגעציט דאס בלוט ("כוסות רוח" ענליך צו מקיז דם ביי רז"ל) וואס פלעגט געניצט ווערן אויף א קראנקען מענטש ארויס צי נאגן בלוט וואס איז געווען אנגענומען אלס א רפואה. פארשטייט זיך אז אויף א טויטן האט עס נישט געהאלפן ווייל ער איז דאך שוין טויט פון דעם קומט דער אויסדריק "ס'וועט העלפן ווי אויף א טויטן באנקעס"

זעט אויך

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!