רוי:דרך פקודיך

ווערסיע פון 17:14, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט דרך פקודיך צו רוי:דרך פקודיך אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
טעקע:DerechPN.jpg
דער שער בלאט פון ספר דרך פקודיך

דרך פקודיך איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו באקאנט אלס דער בני יששכר

דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר דרך פקודיך איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא

אינהאלט

דער ספר דרך פקודיך איז געשריבן לויט דעם סדר פון די מצוות, און ווי דער מחבר שרייבט אין זיין הקדמה, אויס צושמועסן יעדע מצוה ווי אזוי מען דארף עס מקיים זיין מיט טראכטן מיט רייד און מיט טוהן, במחשבה בדבור ובמעשה, און דערביי אויך ארויס צוברענגען טעמים ביי יעדע מצוה.

אין דעם ספר דרך פקודיך איז נאר געדרוקט געווארן די ערשטע אכט און פופציג מצוות, די רעשט כתבים זענען ווארשיינליך פארלוירן געווארן.

אויסגאבעס

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר דרך פקודיך פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • בית עקד ספרים

מוסטער:ספרי בית דינאוו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!