רוי:גערמאניום

ווערסיע פון 16:38, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט גערמאניום צו רוי:גערמאניום אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
Ge-TableImage.svg
ווייס גרוי קאָליר גערמאַניום

גערמאַניום (Germanium) איז אַ כעמישער עלעמענט מיטן כעמישן סימבאָל Ge האַלבמעטאַל און אטאם נומער 32.

היסטאריע

גערמאניום איז געווארן אידענטיפיצירט אין 1886 דורך דעם דייטשן כעמיקער קלעמענס ווינקלער. מענדלעעוו האט פאראויסגעזען דעם עקזיסטענץ פון גערמאניום שוין אין 1871, לויט דער פעריאדישער טאבעלע, און האט פאראויסגעזאגט אז זיינע אייגנשאפטן וועלן זיין ענליך צו די פון סיליציום.

די אנטוויקלונג פונעם טראנזיסטאר וואס איז באזירט אויף גערמאניום האט געעפנט אן א שיעור טירן פאר אפליקאציעס אין עלעקטראניק. פון 1950 ביז 1970 האט די פאדערונג פאר גערמאניום פארגרעסערט. נאר ווען ס'איז געווארן מעגלעך צו פאבריצירן ריינעם סיליציום האט אויפגעהערט די פאדערונג פאר גערמאניום. סיליציום האט אנגעהויבן נעמען דעם פלאץ פון גערמאניום אין דער פאבריקאציע פון טראנזיסטארן, דיאדעס און נאך עלעקטראנישע באשטאנדטיילן.

היינט ווערט 85% פונעם גערמאניום געניצט פאר אפטישע פיברעס, נאכט־זען סיסטעמען און אין דער פלאסטיק אינדוסטריע.

  דער ארטיקל בנוגע וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!