רוי:געארג דער זעקסטער

ווערסיע פון 16:36, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט געארג דער זעקסטער צו רוי:געארג דער זעקסטער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
געארג דער זעקסטער

געארג דער זעקסטער (ענגליש: George VI; פערזענליכער נאמען: אלבערט פרעדעריק ארטור געארג ; 14טן דעצעמבער 18956טן פעברואר 1952) איז געווען מלך פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און די דאמיניאנען פונעם בריטישן קאמאנוועלט פונעם 11טן דעצעמבער 1936 ביז זיין טויט. ער איז געווען דער לעצטער קייסער פון אינדיע, און דער ערשטער הויפט פון דער קאמאנוועלט.

אלס צווייטער זון פונעם מלך געארג דער פינפטער, ער האט נישט געקלערט צו ירשענען די מלוכה. ער האט געדינט אינעם קעניגליכן פלאט ווערנט דער ערשטער וועלט מלחמה, און נאך דער מלחמה האט אויסגעפירט א רייע פובליקע באשטעלונגען. ער האט געהייראט ליידי עליזאבעט בויס-לייאן אין 1923, און זיי האבן געהאט צוויי טעכטער, עליזאבעט און מארגארעט.

ווען זייער פאטער איז געשטארבן אין 1936 האט געארג'ס עלטערער ברודער איבערגענומען די מאנארכיע אלס עדווארד דער אכטער. שפעטער ווען עדווארד האט געזאגט אז ער גייט הייראטן די גרושה וואליס סימפסאן, האט דער בריטישער פרעמיער מיניסטער סטענלי באלדווין אים באראטן אז ער וועט נישט קענען הייראטן א גרושה און בלייבן דער מלך. אזוי האט עדווארד אבדיקירט, און געארג האט איבערגענומען די מלוכה, דער דריטער מאנארך פון ווינדזאר הויז.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!