רוי:אירלאנד (אינזל)

ווערסיע פון 15:15, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט אירלאנד (אינזל) צו רוי:אירלאנד (אינזל) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
אירלאנד פאטאגראפיע פונעם רוים

אירלאנד (איריש: Éire; אולסטער סקאטס: Airlann) איז דער דריטער גרעסטער אינזל אין אייראפע,[1] און דער צוואנציגסטער גרעסטער אינזל אין דער וועלט.[2] ער ליגט צפון-מערב פון קאנטינענטאלישער אייראפע און איז ארומגענומען מיט הונדערטער אינזלען און וויספעס. מזרח פון אירלאנד, אריבער דעם אירישן ים, איז דער אינזל גרויסבריטאניע. פאליטיש, די רעפובליק פון אירלאנד (וואס הייסט אפיציעל אירלאנד) באדעקט פינף זעקסטל פונעם אינזל; דאס איבעריגע אין צפון-מזרח איז צפון אירלאנד, א טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.

לעבן און געוויקסן

די ערד אינעם אינדזל איז זייער רייך און פרוכטיק, עס איז באדעקט מיט גראז און גרינע פלאנצן. עס איז ניטא דארט א סך וועלדער נאר בעיקר פאשע פעלדער וואס פארנעמען דעם רוב פון דעם אינדזלס שטח. דאס אירישע פאלק האבן זיך פארלאזט אין פארלויף פון לאנגע יארן אויף קולטורן (איינוואקסן) קארטאפל ווי זייער א לעבנסמיטל; א שוועמל וואס האט אמאל פארניכטעט דעם קארטאפל שניט האט צוגעברענגט צו דעם גרעסטן הונגער אין אירלאנד. נאך א פארשפרייטע געוויקס דארט איז די גערשט. עס איז וויכטיג צו אויפמערקן דעם אבסענטעיזם פון שלענג אינעם אינדזל. די אירישע טראדיציע דערציילט אז די שלענג זענען אוועק געטריבן געווארן פונעם אינדזל דורך דעם "הייליגן" פאטריק.

הערות

  1. גרויסבריטאניע איז דער גרעסטער און איסלאנד דער צווייטער.
  2. זעט רשימה פון אינזלען לויטן שטח.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!