רוי:אוריאל צימער

ווערסיע פון 14:52, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט אוריאל צימער צו רוי:אוריאל צימער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

הרב פרץ אוריאל צימער (ה'תרפ"א - ט' כסלו ה'תשכ"ב) איז געווען דער סעקרעטאר פונעם ליובאוויטשער רבי'ן, דער מהריי"ץ, און נאכדעם געווארן דער רעדאקטאר פון דער צייטונג דער איד. ער איז געווען א גרויסער געלערנטער און האט גערעדט זיבעצן שפראכן. ער איז געווען אן אפיציעלער דאלמעטשער אין די פאראייניגטע פעלקער. ער איז געווען א גרויסער קעגנער צו ציוניזם.

ביאגראפיע

אוריאל צימער איז געבוירן געווארן אין ווין אין יאר תרפ"א. אין תרצ"ד איז זיין משפחה ארויף אין ארץ ישראל, וואו ער האט געלערנט אין דער שולע אין חיפה. שפעטער האט ער זיך דערנענטערט צו די חרדישע קרייזן. ער האט געהייראט מרת רייזל זיידל, איינע פון די טעהראן קינדער, און נאך זייער חתונה האבן זיי געוואוינט אין ירושלים. דארט איז ער געווארן וויצע־רעדאקטאר פון דער פאג"י צייטונג "הקול". שפעטער האט ער זיך געצויגן אין אמעריקע, און דארט איז ער געווארן א מקורב פון דער ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן.

ער איז פלוצלינג געשטארבן יונגערהייט ט' כסלו תשכ"ב אן קינדער. ר' סענדר דייטש, ביי וועמען מ'האט געדרוקט "דער איד", האט איבערגענומען צו זיין דער רעדאקטאר.


זיין אלמנה האט געהייראט בזיווג שני הרב יצחק טוביה ווייס פון אנטווערפן (היינט גאב"ד פון דער עדה החרדית).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!