רוי:1992 לאס אנדזשעלעס ראיאטן

ווערסיע פון 14:26, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט 1992 לאס אנדזשעלעס ראיאטן צו רוי:1992 לאס אנדזשעלעס ראיאטן אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

די 1992 לאס אנדזשעלעס ראיאטן איז באקאנטס אלס די ארגסטע ראיאטן געשיכטע אין אמעריקאנער היסטאריע.


אינצידענט

עס איז געווען אפריל 29 1992 ווען א דזשורי האט ארויסגעגעבן איר נישט שולדיג אורטייל פאר 4 ווייסע פאליציי אפיצירן וועלכע זענען אויפגעכאפט געווארן אויף קאמעראס וויאזוי זיי צושלאגן ברוטאל א שווארצער מאן (ראדני קינג) אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע. עס האט נישט געדויערט קיין 2 שטונדן ביז די גאסן זענען געווארן פול מיט פראטעסטירער וועלכע זענען געווארן ווילד און ארויס פון אלע ראמען.

די צעווילדעוועטע מאסן האבן אונטערגעצינדן פייערס, בארויבט געשעפטן, געשאסן און צעשלאגן ווייסע מענטשן פאר 3 טאג ביז ווילאנג עס איז געלונגען פאר די פאליציי אריינצוברענגן די נעשאנעל גארד, מארינען, און אנדערע פעדעראלע טרופן און אינאיינעם מיט די געבעטן פון גרויסע פאליטישענס, געשעפט פארוואלטער, און ראדני קינג אליינס איינצושטילן די האס.

ווען אלעס איז בארואיגט געווארן האט מען זיך דערזען מיט 54 טויטע, 2,300 פארוואונדעטע, איבער 7,000 פארלאשענע פייערס, און גרויסע שאדענס פון געשעפטן וועלכע איז אלעס אינאיינעם ווערט געווען איבער א ביליאן דאלאר. די לאס אנדזשעלעס פאליציי דעפארטמענט (על-עי-פי-די), וועלכע איז די סאפיסטיקירטע און מערס ארגאניזירטע פאליציי קראפט אין לאנד, איז געווען פארנומען פאר חדשים דערנאך, בא'האנדלנ'דיג איבער 12,000 ארעסטן וועלכע זענען געווען די רעזולטאט פון די ראיאטן.


זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!