רוי:בלוט דרוק

ווערסיע פון 15:02, 22 נאוועמבער 2021 דורך YI>Schekinov Alexey Victorovich
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
בלוט דרוק

בלוט דרוק איז דער דרוק וואס דאס בלוט וואס צירקולירט אין קערפער לייגט אויף די ווענט פון די אדערן.

דאס איז נאר שייך ביי די גרויסע אדערן און נישט אויף די אדערן וואס פירן פון און צו די לונגען.

געוויינלעך מעסט מען בלוט דרוק אינעם אויבערשטן טייל פון ארעם. מען זאגט אויס בלוט דרוק ווי סיסטאלישער דרוק קעגן דיאסטאלישן דרוק. נארמאלער דרוק פון א געוואקסענעם מענטש וואס רוט איז אומגעפער 120/80 מ"מ Hg.

צו הויך בלוט דרוק איז א קראנקייט וואס קען פירן צו פאטאלע סטראק און הארץ אטאקע.

דאס קומט פון איבעריגע אנגעצויגענקייט, מען ברויך דאס קריטיש קאנטראלירן דורך עסענווארג דיעטע פון עלימינירן בוימל פעטן אלקאהאל, צוקער און איבעריגע וואג, איבונגען און מעדיצין.