פרשת דברים איז די ערשטע סדרה אין ספר דברים.

מען ליינט פרשת דברים דעם שבת פאר תשעה באב (דאס הייסט, ד' אב, ו' אב, ח' אב אדער ט' אב). טייל קהילות האבן דעם מנהג ביים ליינען די תורה שבת צו ליינען דעם פסוק "איכה אשא לבדי …" מיטן איכה ניגון.

אינהאלט

אין פרשת דברים הייבט אן משה רבנו זיין דרשה וואס ער האט געדרש'נט צו די אידן ביים סוף פון זיין לעבן. משה רבנו רעצענזירט ווי די אידן האבן געשיקט די מרגלים דעראויף האט מען זיי באשטראפט צו בלייבן אין מדבר פערציג יאר, דערנאך ווי מ'האט געבעטן פון אדום, מואב און עמון אדורכגיין זייער לאנד אונטערוועגט קיין ארץ ישראל, און די מלחמות מיט סיחון און עוג. אויך אז מ'האט געטיילט עבר הירדן (דעם מזרח בארטן פונעם ירדן) צו די שבטים ראובן, גד און העלפט פון שבט מנשה.

הפטרה

מען ליינט די הפטורה "חזון ישעיהו" (ישיעה קאפיטל א'), די דריטע פון די דריי הפטורות פון פורענות.

וועגן דעם ווערט דער שבת גערופן "שבת חזון"


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!